רוי:הר נוף
גרינדונג דאטע | די 1980ער יארן |
---|
הר נוף איז א געגנט אין מערב ירושלים, דער נאמען איז צוליב דער 813 מעטער הייך וואס ברענגט מיט זיך א הערליכע ארויסקוק פאנאראמע, הרי יהודה און הרי ירושלים נעמען אים ארום. ס'איז א פרומע געגנט מיט חסידים פון אמעריקאנישע עולים, און גערער און וויזשניצער חסידים, און ס'איז געווען דאס וואוינארט פון הרב רבי עובדיה יוסף. די באפעלקערונג איז 20,000.
הר נוף איז נישט ווייט פונעם אראבישן דארף דיר יאסין, וואס די אצ"ל און די לח"י, האבן איינגענומען ביי דער אומאפהענגיגקייט מלחמה.
מען קען צוקומען קיין הר נוף פונעם נחל רבידה איבערבייט אויף שאסיי 16.
היסטאריע
אין די צייטן פון די תנאים איז דער געגנט פון הר נוף געווען אן אגרירולטורעל דארף וואס האט פארזארגט ירושלים. מ'האט געטראפן איבערבלייבס פון אוראלטע וויינפרעסן, פארם געביידעס און טעראסעס.[1]
דעם היינטיגן געגנט הר נוף האט מען אנגעהויבן בויען אין די אנהרייב 1980ער יארן. כ"ה מרחשון תשע"ה האבן צוויי פאלעסטינישע אראבער פון מזרח ירושלים אפגעטון א שחיטה אין דער קהילת בני תורה שול מיט האקן, מעסערס און א ביקס.
צווישן די ישיבות אין הר נוף זענען "פחד יצחק" אונטער דעם ראש ישיבה רבי יונתן דוד דעיוויד און "היכל התורה" אונטערן ראש ישיבה רבי צבי קושעלעווסקי.
רעפערענצן
דרויסנדיגע לינקס
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: הר נוף |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!