דרעפט:מהר"ל פון פראג
מהר"ל — מורינו הרב… ליווא – ר' יהודא ליווא ב"ר בצלאל, בארימט אלס מהר"ל, איז געבוירן געווארן אין פּאָזן ארום דעם יאר 1515, וואו זיינע עלטערן האבן באזעצט זיך ענדע פון דעם פיפצנטן יארהונדערט.
פון דעם יאר 1573 ביז דעם יאָר 1784 איז ער געווען ראש הישיבה אין ר' מרדכי מייזל'ס קלויז. ער האט געהאט פילע בארימטע תלמידים. זיין תלמיד מובהק איז געווען ר' יום טוב ליפּמאן העלער, וועלכער איז באקאנט אלס תוספות יום טוב, צוליב זיין פּירוש תוספות יום טוב אויף משניות.
מהר"ל איז געווארן אויפגענומען פאר רב אין פּאָזן אין דעם יאר 1584. שפּעטער איז ער געווארן רב אין פּראג. ער האט איינגעפירט דארט מערערע תקנות. ער האט געגרינדעט א חברה קדישא, א חברה משניות, און נאך.
אנהייב דעם יאר 1592, האט דער קיסר רודאלף דער צווייטער גערופן דעם מהר"ל צו זיך. זיי האבן געהאט א לאנגן שמועס. קיינער האט געוויסט דעם אינהאלט פון דעם דאזיגן שמועס. און אויך שפּעטער איז ער נישט געווארן באקאנט. אבער ס'איז אנצונעמען אז דער גערעד האט נישט פארשאפט דעם מהר"ל פיל נחת. ווייל עטליכע חדשים שפּעטער האט מהר"ל פארלאזט פּראג, און ער איז געווארן אויפגענומען נאכאמאל אלס רב פון פּאָזען, און פון דער געגנט ארום.
אַ קורצע צייט שפּעטער האָט ער זיך צוריק אומגעקערט קיין פּראג אלס אב בית דין. ער איז געבליבן דארט ביז ער איז נפטר געוואָרן אכצן טעג אין אלול, אין דעם יאר שס"ט, 1609, אין דעם עלטער פון ארום פיר און ניינציג יאר.
מהר"ל איז געווען וועלט בארימט שון אין זיין לעב־צייט. מהרש"ל, מורינו הרב שלמה לוריע, דערמאנט אים מיט גרויסע טיטלען. ר' אריה לייב (לעאָן) דע מודינה באצייכנט אים מיט "הגאון… הארז אשר בלבנון", דער צעדער בוים אין לבנון.
מהר"ל האט זיך אויסגעקענט אויך אין קבלה און אין קבלה ענינים. דערפון נעמט זיך וואס מ'שרייבט צו צו אים דאס מאכן דעם "גולם", וועלכער איז געליגן אין דער אלט־נייער שול אין פּראג. זיין אייניקל ר' נפתלי כהן ז"ל זאגט, אז ער האט זיך באנוצט מיט רוח הקודש.
אגב'דיגס: וועגן דעם גולם וועלכן מהר"ל זאל האבן געמאכט ווערט דערציילט אז אין א פרייטאג אוונט ביי קבלת שבת, ווען מ'האט געזאגט "מזמור שיר ליום השבת", האט מען דערהערט קולות אַז דער גולם לויפט ארום ווי א משוגע'נער אין די גאסן פון פּראג, און ער וויל חרוב מאכן די שטאט. איז מהר"ל ארויס גיך פון דער שול, ער איז נאכגעלאפן דעם גולם, און ער האט אים געכאפּט. ער האט ארויסגענומען דעם "שם המפורש" פון דעם גולם'ס מויל. דער גולם איז צוריק געווארן א פּגר.
מהר"ל האָט זיך אומגעקערט צוריק אין שול אריין. מ'האט געזאגט נאכאמאל "מזמור שיר ליום השבת". און זייט דענצמאל איז עס געווארן א מנהג צו זאגן פרייטאג צו נאכטס צוויי מאל דעם "מזמור" אין יענער שול. דער גולם איז געליגן אויף דעם בוידעם פון דער שול, און קיין מענטש האט געוואגט אהין אריין צו גיין.
מהר"ל איז דער מחבר פון מערערע ספרים:
- "גור אריה", א פּירוש אויף רש"י אויף תורה;
- "גור אריה";
- חידושי גפ"ת;
- "גבורות השם", א פּירוש אויף דער פּסח הגדה;
- "דרך חיים", א פּירוש אויף פּרקי אבות;
- "נתיבות עולם", וועגן מוסר און מידות;
- "באר הגולה", אויף אגדות אין תלמוד;
- "חידשי אגדות מהר"ל";
- "נצח ישראל", וועגן גלות און גאולה;
- "תפארת ישראל" און "אור חדש" וועגן דער תורה;
- "נר מצוה", דינים וועגן חנוכה;
- "אור חדש";
- "דרוש" פאר שבת שובה, שבת הגדול, און וועגן תורה ועבודה;
- "הגדת מהר"ל";
- א "פּסק" וועגן אַן עגונה, און נאך.