דרעפט:המן
|
|
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
המן בן המדתא האגגי (באקאנט אלס המן הרשע[1]) איז דער הויפט רשע און שונא ישראל אין דער מגילת אסתר, וואס האט געפלאנט אן אויסראטונג קעגן אלע אידן אין דער פערסישער אימפעריע אונטערן קעניג אחשורוש. לויט דער אידישער טראדיציע איז המן דער סימבאל פון עמלק און די שנאה צו אידן אין אלע דורות. זיין פלאן איז דורכגעפאלן א דאנק דער השתדלות פון מרדכי הצדיק און אסתר המלכה, און ער איז געהאנגען געווארן אויף דער תליה וואס ער אליין האט געגרייט.
ייחוס און אפשטאם
המן ווערט אנגערופן אין דער מגילה "האגגי", וואס חז"ל ערקלערן אז ער איז געווען אן אפשטאמיגער פון אגג, דער קעניג פון עמלק, וועמען שאול המלך האט געלאזט לעבן. זיין פאטער איז געווען המדתא, און זיין מוטער האט געהייסן אמתלאי בת עורבתי[2]. אין תרגום ווערט געברענגט זיין פולער ייחוס פאר 16 אדער 20 דורות ביז צוריק צו עשו בן יצחק. המן ווערט באטראכט אלס דער וואס פירט ווייטער דעם אייביגן קאמף צווישן עמלק און עם ישראל.
קאריערע און עשירות
לויט מדרשי חז"ל, איז המן אין זיין יוגנט געווען א פשוט'ער שערער אין דעם דארף כפר קרצום פאר צוויי-און-צוואנציג יאר[3]. שפעטער איז ער געווארן א גענעראל אין דער פערסישער ארמיי. חז"ל דערציילן אז אמאל, בשעת א קריג, איז המן געבליבן אן געלט און שפייז פאר זיין ארמיי, און ער האט זיך געמוזט פארקויפן אלס א קנעכט פאר מרדכי פאר א שטיק ברויט. שפעטער, ווען המן איז געשטיגן לגדולה און פארלאנגט אז יעדער זאל זיך בוקן צו אים, האט אים מרדכי דערמאנט אז ער איז זיין קנעכט[4].
המן איז געווארן איינער פון די גרעסטע עשירים אין דער וועלט. לויטן מדרש האט ער דעם עשירות באקומען דורך רויבן די אוצרות פון די מלכי יהודה און דעם בית המקדש וואס נבוכדנצר האט גענומען[5].
גזירה קעגן די אידן
אחשורוש האט געהעכערט המן איבער אלע שרים און באפוילן יעדן זיך צו בוקן צו אים. מרדכי האט זיך אבער אנטזאגט צו בוקן, ווייל המן האט געהאט אן עבודה זרה אויף זיין הארץ אדער קליידער[6]. המן איז געווארן פיל מיט כעס און האט באשלאסן אז עס איז אים נישט גענוג נקמה צו נעמען בלויז אין מרדכי אליין, נאר ער וויל פארטיליגן דאס גאנצע אידישע פאלק.
כדי צו וויסן ווען עס איז די בעסטע צייט אויסצופירן זיין פלאן, האט ער געווארפן גורלות ("פור"). דער גורל איז געפאלן אויף דעם חודש אדר. המן האט זיך זייער געפרייט ווייל ער האט געוויסט אז משה רבינו איז נפטר געווארן אין אדר, אבער ער האט נישט געוויסט אז משה איז אויך געבוירן געווארן אין יענעם חודש[7].
המן האט געפרואווט איבערצייגן אחשורוש'ן אז די אידן היטן נישט די געזעצן פונעם קעניג און האבן אייגענע דתים. ער האט אפילו אנגעבאטן פארן קעניג 10,000 כיכר כסף אויב ער לאזט אים אויספירן דעם פלאן, אבער אחשורוש האט אים געזאגט ער קען האלטן דאס געלט און טון מיט די אידן ווי ער וויל.
מפלה און טויט
די מפלה פון המן האט זיך אנגעהויבן ווען אסתר המלכה האט אים געלאדנט צו א סעודה. יענע נאכט האט דער קעניג נישט געקענט שלאָפן און מען האט אים דערמאנט אז מרדכי האט אים געראטעוועט פון א מאָרד-פלאן. המן איז געקומען בעטן רשות צו הענגען מרדכי, אבער דער קעניג האט אים באפוילן צו טון גרויס כבוד פאר מרדכי. המן האט געמוזט פירן מרדכי אויף א פערד דורך די גאסן פון שושן און אויסרופן זיין כבוד.
א באקאנטער מדרש דערציילט אז המן'ס טאכטער, מיינענדיג אז איר פאטער רייט אויפן פערד און מרדכי פירט אים, האט ארויסגעגאסן א טאָפּ מיט שמוץ אויף איר פאטער'ס קאפּ. ווען זי האט געזען איר טעות, האט זי זיך אראפגעווארפן פון דאך און געשטארבן[8].
שפעטער, ביי א צווייטן משתה וואס אסתר האט געמאכט, האט זי אויסגעזאגט פארן קעניג אז המן וויל איר און איר פאלק פארטיליגן. חרבונה, איינער פון די סריסים, האט אנגעוויזן אויף די הויכע תלייה (50 אמה) וואס המן האט געבויט פאר מרדכי. דער קעניג איז געווארן זייער בייז און האט באפוילן צו הענגען המן אויף דער זעלבער תליה. המן איז געהאנגען געווארן דעם צווייטן טאג פסח (ט"ז ניסן)[9], און נאך אים זיינע צען זין.
משפחה
- זרש: זיין ווייב, וואס האט אים געגעבן די עצה צו בויען די תליה פאר מרדכי. אינעם פיוט שושנת יעקב ווערט געזאגט אויף איר "ארורה זרש".
- די צען זין: זייערע נעמען ווערן אויסגערעכנט אין דער מגילה. לויט חז"ל האט ער געהאט פיל מער קינדער; טייל זאגן 30, טייל 70, און טייל אפילו 208(די גימטריא פון "ורב" בניו). ער האט אויך געהאט א טאכטער, וואס האט זיך גענומען דאס לעבן.
טראץ זיין גרויסער רשעות, ברענגט די גמרא (גיטין נז ע"ב) אן ערשטוינענדע פאקט: "מבני בניו של המן למדו תורה בבני ברק". לויט טייל מקורות, איז דער אמורא רב שמואל בר שילת געווען אן אייניקל פון המן. דאס דינט אלס א סימן פארן כוח פון תשובה און תורה.
המן אין דער מסורה און מנהגים
קלאפן המן: צוליב דעם מצוה פון "מחה תמחה את זכר עמלק", איז דא א מנהג צו מאכן רעש מיט גראגערס און קלאַפּן מיט די פיס יעדער מאל וואס המן'ס נאמען ווערט דערמאנט ביים ליינען די מגילה.
אינעם פיוט שושנת יעקב, וואס מען זאגט נאך דער מגילה, דערמאנט מען "ארור המן".
המן-פארברענען: אין געוויסע קהילות איז געווען א מנהג צו פארברענען א בובה פון המן.
המן-טאשן: א דריי-עקיגע מאכל וואס מען עסט פורים. דאס ווארט שטאמט פון "מאָן-טאשן", אבער עס ווערט אנגערופן נאך המן צו דערמאנען זיין מפלה.
אין דער היינטיגער צייט ווערט זיין נאמען אפט גענוצט אלס א סימבאל פאר אלע פיינט פון אידישן פאלק, ווי למשל אדאלף היטלער ימ"ש. עס איז דא א באקאנטער רמז אין די קליינע אותיות (ת' ש' ז') אין די נעמען פון די צען זין פון המן, וואס באטרעפט אין גימטריא (5)707 – דאס יאר פון די נורעמבערג פראצעסן (1946), ווען צען הויפט נאצי פירער זענען געהאנגען געווארן. יוליוס שטרייכער האט אפילו אויסגעשריגן "פורים-פעסט 1946" פאר זיין טויט[10].
אין אנדערע קולטורן
אינעם קוראן (איסלאם) ווערט המן דערמאנט נישט אין פערסיע, נאר אלס א מיניסטער און ארכיטעקט פאר פרעה אין מצרים, וואס האט געבויט א הויכן טורעם.
רעפערענצן
- ↑ פסחים קיז, א; מגילה י, ב.
- ↑ בבא בתרא צא, א.
- ↑ מגילה טז, א.
- ↑ מגילה טו, ב. זעט די פארשידענע נוסחאות אין כתבי יד.
- ↑ מדרש הגדול, במדבר טז, א.
- ↑ אסתר רבה, פרשה ז', פסקה ה'. זעט סנהדרין סא, ב: "נעבד כהמן"
- ↑ מגילה יג, ב.
- ↑ מגילה טז, א.
- ↑ אסתר רבה, פרשה י'; מגילה טז, א.
- ↑ https://www.thetorah.com/article/purimfest-1946-the-nuremberg-trials-and-the-ten-sons-of-haman.