קרובה

פון המכלול
ווערסיע פון 16:42, 7 מערץ 2025 דורך רושם רשימות (שמועס | ביישטייערונגען) (בס"ד)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

די פיוטים-סעריע וואס ווערט געזאגט דורכ'ן בעל תפילה, אינערהאלב די הויכע שמונה עשרה, ווערט אנגערופן קרובות (אין די ספרים פון מנהגי אשכנז ווערן זיי גערופן קרובץ). דער נאמען "קרובות" שטאמט ווארשיינליך אויפ'ן נאמען פונעם שליח ציבור, וואס מ'האט גערופן אין ארץ ישראל שפראך "קרוב"[1][2].

אין די קלאסישע תקופה פון פיוט זענען פארפאסט געווארן א גרויסע צאל סעריעס פון קרובות אויף ימים טובים, און ספעציעלע שבתים, און אויך אויף אלגעמיינע שבתים באזירט אויף די קריאת התורה פון די וואכעדיגע פרשה.

קרובות

די קרובות זענען איינגעטיילט אין צוויי סארטן, באזירט אויפ'ן מנהג אין ארץ ישראל צו זאגן קדושה, בלויז ביי די הויכע שמונה עשרה פון שחרית אום שבת און יום טוב[3]. דעריבער זענען געווען צוויי סארטן סעריעס:

קדושתא - א פארצווייגטע און לענגערע סעריע, וואס אנטהאלט א סיסטעם פון פיוטים אויף די ערשטע דריי ברכות פון שמונה-עשרה, אריינגערעכנט די פסוקים פון קדושה (א שטייגער ווי די יוצר פון די ארבע פרשיות און ימים טובים).
דער סעריע פון קדושתא איז איינגעטיילט אין עטליכע חלקים.
א. מגן - געזאגט ביי די ערשטע ברכה פון מגן אברהם. דער אקראסטיך פון די ערשטע דריי פיוטים זענען אין אלגעמיין לויט א סיסטעם, צומאל איז דער ערשטער לויט א"ב, דער צווייטער תשר"ק דערנאך אלב"ם, צומאל איז די א"ב צעטיילט צווישן די ערשטע צוויי (א-ל, מ-ת) אדער אלע דריי (א-ל, מ-צ, צ-ת).
ב. מחיה - געזאגט ביי די צווייטע ברכה פון מחיה המתים.
דאן איז פאראן א לענגערע סעריע אלס אריינפיר צו דאס זאגן קדושה.
ג. משלש - דער ערשטער פיוט פון בעפאר קדושה. דער אויספיר פון דעם פיוט איז אלעמאל מיט'ן פסוק "ימלוך ה' לעולם", אדער "ואתה קדוש יושב תהילות ישראל". שפעטער איז געווארן איינגעפירט צו זאגן אלעמאל ביידע פסוקים.
ד. דער פיוט נאכ'ן משלש איז פון אן אנדער סארט ווי געווענליך, דאס געבוי איז צעשטרויבלט, מיט אומפינקטליכע שורות, און אלע ווערטער פונעם גאנצן פיוט זענען אויפ'ן זעלבן גראם. דער פיוט ענדיגט זיך מיט די ווערטער "קדוש", "נורא וקדוש" אדער "נורא ומרום וקדוש", וואס איז דורכאויס די דורות באשטימט געווארן אויף "חי וקיים נורא ומרום וקדוש". אין די קדושתאות פון ימים נוראים פעלט דער פערטער פיוט[4], לויט געוויסע מנהגים זאגט מען אנשטאט דעם דער פיוט "אתה הוא אלקינו".
ה. דער פיפננער פיוט, קען זיין פארשידנארטיג, ייני פלעגט אריינשטעלן אן עשיריה, א פיוט וואס דער אקראסטיך לויפט פון אות א' ביז י'[5]. ווידעראום רבי אלעזר הקליר פלעגט געווענליך לייגן א קיקלר געבוי, סטראפעס [-בתים] פון דריי שורות [-טורים] איטליכער און נאך יעדע דריי סטראפעס קומט א פזמון, אדער א רהיט. אלס אויספיר צו דעם פיוט זאגט מען דעם פארצייטישן תפילה פון "א-ל נא לעולם תוערץ".
ו. דינט אלס אריינפיר צום סילוק, און פלעגט ביי רוב פארצייטישע פיוטים זיין מיט א ארגאניזירטער פיוט. ביים קליר איז דאס עפ"י רוב געווען מיט א פזמון, בתים פון דריי שורות, און דערנאך א פזמון וואס פירט אויס מיט'ן ווארט "קדוש"[א], אדער אן עסתריוטא - בתים פון צוויי שורות גראמען, און דערנאך א דריטער גראם וואס ענדיגט זיך מיט "קדוש".
ז. רהיט - אן אריינפיר צו קדושה, און רעדט געווענליך איבער די מעלה פון די מלאכים און די גרויסקייט פון די אידן איבער זיי. זיי הייבן זיך מיטן ווארט "ובכן". אפטמאל ווערט דער רהיט זיך אנהייבן מיט א פסוק ("ובכן ויהי בשלם סוכו") און דער פייטן וועט דרש'ענען דעם גאנצן פסוק אין די רייע. אין געוויסע קדושתאות זענען די רהיטים אויסגעלאזט געווארן מיט די יארן, אבער אין די קאיר גניזה זעט מען אז זיי האבן עקזיסטירט.
ח. סילוק - דער אויספיר ווער פירט אריין צו די פסוקים פון "קדושה", ביי קליר אןו זיינע נאכפאלגער איז דאס דער לענגסטער פיוט פון אלע, און איז בכלל נישט געבויט מיט קיין ריטם פון א ליד. דער סילוק פלעגט דינען אלס אריינפיר צו די פסוקים פון "קדוש" און ברוך", אנשטאט די באשטימטע נוסח פון "כתר יתנו לך" אדער "נעריצך", דער חזן האט געזאגט דעם אריינפיר, און דער גאנצער קהל האט געענפערט צו אים מיט די פסוקים פון "קדוש" "ברוך" און ימלוך".
ט. דער סילוק האט זיך אריגינעל אריינגעצויגן אויך צווישן די פסוקים זעלבסט, אלס א פארברייטערטער אלטערנאטיוו צו די אלגעמיינע נוסח ("אז בקול רעש גדול" אדער "כבודו מלא עולם). אין די מאנוסקריפטן פון דער גניזה ווערן זיי אנגערופן אופנים. דער טייל פון די פיוטים זענען אבער מיט די צייט כמעט אינגאנצן פארגעסן געווארן, סיידן אין די קדושתאות פון ימים נוראים וואו עס איז פארבליבן דער פיוט "וחיות בוערות כגחלי אש".

די יוצרות וואס מען זאגט אין די ד' פרשיות און אין ימים טובים, אזוי אויך די חזרת הש"ץ פון ימים נוראים, זענען אלע קדושתא סעריעס פון קליר (ביי יום טוב שני זענען דא סעריעס פון רבי שמעון הגדול פון מאגענצא אויפ'ן זעלבן סגנון), אבער עס זענען שפעטער צוגעלייגט געווארן עטליכע שורות סוף פון יעדן פיוט צו משלב זיין דעם פיוט מיט דעם חתימה פון די ברכה, טייל פון די הוספות האבן פארצייכנט דעם נאמען שמואל. אויך זענען אראפגעשניטן געווארן די פסוקים וואס פלעגט דינען אלס אויספיר פון די פיוטים, א מנהג וואס ווערט שוין געברענגגט און אויסגעשלאסן אין ירושלמי.

שבעתא - א סעריע קורצע פיוטים אויף יעדן פון די זיבן ברכות פון די שבת'דיגע און יום-טוב'דיגע דאווענען (א שטייגער ווי די מוסף פאר פרשת שקלים, און פרשת החודש), וואס מען זאגט נישט קיין קדושה דערביי. צומאל האט עס אויך געקענט פארברייטערן מיט לענגערע פיוטים ביי טייל ברכות.

ווי אויך איז פארהאן די:

קדושת י"ח - וואס איז א צוזאמשטעל פון די צוויי דערמאנטע; געווידמעט פאר די תפילת שמונה-עשרה אין ספעציעלע טעג פון יאר וואס מען האט יא געזאגט דערביי "קדושה", א שטייגער ווי חנוכה[6], חול המועד און ראש חודש. דער ערשטער טייל פונעם געבוי פון די קדושתות י"ח זענען ענליך צו די פון די "קדושתא" נאר אויף א קורצערן פארמאט, און נאך "קדושה" איז דאס געבוי פונקט ווי אין די "שבעתא".

לויט טייל פארשער איז דער תפילה פון ישמח משה במתנת חלקו - וואס עפנט דעם צענטראלן טייל פון די שבת'דיגע שמונה-עשרה ביי שחרית - א טייל פון א "שבעתא" וואס איז אויסגעשטעלט לויט די סדר פון אלף-בית, און פארמאגט די אותיות יוד, כף און למד, נאך וואס די שטיקל פאר יעדן ברכה באשטייט פון דריי אותיות[ב][7].

רעפערענצן

  1. ירושלמי ברכות א, ה; זע אויך כל בו, סימן יא.
  2. לויפער, הערה 2.
  3. געברענגט אין תוספות סנהדריין, לז: ד"ה מכנף, אין נאמען פון תשובת הגאונים.
  4. זע רוקח, הל' ראש השנה, סימן ר, און נאך.
  5. זע עזרא פליישר, שירת הקודש העברית בימי הביניים, ירושלים 1975, זייט 146.
  6. מסכת סופרים, כ, ה.
  7. מנחם זולאי; זעט אויספירליך ישמח משה – ברכה או פיוט?, אויף אתר הפיוט והתפילה.


ציטירן פאנטשער: ס'זענען דא <ref> טעגס פאַר א גרופע וואס הייסט "hebrew", אבער מ'האט נישט געטראפן קיין <references group="hebrew"/> טעג אנטקעגן, אדער א שליסנדיגער </ref> פעלט.