רוי:הרב יהודה אריה מודינא

פון המכלול
ווערסיע פון 09:13, 13 פעברואר 2025 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (פארברייטערט פון ראזמארין'ס ענציקלאפעדיע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

ר' יהודה אריה (לעאָן) דע מודינא (של"א 1571–1648 אין ווענעציע) איז געווען א רב, משכיל, דענקער, היסטאריקער; געקענט עטליכע שפראכן; זיינע דרשות אין איטאליעניש האבן געפונען אַן אָפּקלאַנג אויך אין דער נישט-אידישער וועלט; געליטן אין פאמיליע-לעבן.

ביאגראפיע

ער איז, געבוירן געוואָרן אכט און צוואנציג טעג אין ניסן, אינעם יאר של"א, אפּריל 23, 1571 אין דער שטאט ווענעציע, און ער איז נפטר געווארן דארט זיבן און צוואנציג טעג אין אדר, מארטש 24, 1648, אין עלטער פון זיבן און זיבעציג יאר. ער איז איינער פון די כאראקטעריסטישסטע טיפּן אין דער אידישער געשיכטע. ער איז כמעט אַן אַניגמאַ, א רעטעניש, א מענטש מיט אָן א שיעור שארפע ווידער שפּרוכן. ער איז א גרויסער תלמודיסט; באהאוונט אין אנדערע ליטעראטורן; געקענט לאטיין, איטאליעניש, שפאניש; ער איז א מאמין, און גלייכצייטיג א ראַציאָנאַליסט; ער שרייבט א בוך אין וועלכן ער פארדאמט קאָרטן־שפּילעריי, און איז אליין א ליידנשאפטליכער קארטן־שפּילער (דאס בוך האט געהייסן "סור מרע", און איז שפּעטער ערשינען אונטערן נאמען "צחקן מוסרי"), און ווען די ווענעצישע קהילה לייגט אים אריין אין חרם פאר קארטן־שפּילן, פארעפנטליכט ער א פּסק דערקעגן. ער איז א רב, א דיין, א דרשן, א חזן און איז גלייכצייטיג דער דירעקטאר פון דעם טעאטער אין דער ווענעצישער געטא, און ער פארפאסט קאמעדיעס פארן טעאטער. ער איז געווען דיריגענט פון דער מוזיק אקאדעמיע אין דער געטא. ער גלויבט אין מזלות און אין סגולות, און שרייבט א בוך קעגן זוהר, און קבלה, מיטן נאמען "ארי נוהם". ער שרייבט א בוך "מגן וצנה", אין וועלכן ער פארטיידיגט דעם תלמוד, און גיט ארויס א ספר "קול סכל", אין וועלכן ער אטאקירט דעם תלמוד נאך שארפער ווי די קראים האבן עס געטון. ער האט אונטעריכטעט אידישע און נישט אידישע תלמידים. ער האט פארפאסט דרשות פאר אנדערע. איז געווען א סעקרעטאר פון חברות, האט געשריבן בריוו פאר אנדערע, לידער צו חתונות, עפּיטאַפן אויף מצבות, סאָנעטן אין איטאַליעניש, איבערזעצט ביכער, געליינט קאָרעקטורן, געשריבן קמיעות, פאַרקויפט סגולות, געווען א מעקלער, א שדכן און נאך.

ער האט געהאט פילע מלאכות, אבער זייער ווייניג ברכות. דער דלות האט געפייפט אין אלע ווינקעלעך. ער האט אויך געליטן אין פאמיליע-לעבן, פון זיינע 8 זין איז איינער געשטארבן יונג, א צווייטער איז דערמארדעט געווארן, אַ דריטער אַוועק קיין בראזיליע; זיין ווייב איז אראפּ פון זינען.

אגב’דיגס, ער האָט געזאגט אויף ר’ ישראל נאַגאַראַ (נאדזשארא): "אין בישראל כישראל", עס איז נישטא ביי אידן אזעלכער ווי ישראל.

די מיינונגען פון היסטאָריקער וועגן רבי יהודה אריה די מודינא זענען פארשידענע. טייל האַלטן אים פאר א פריידענקער, וועלכער האָט נאָר צוליב זיין רבנות אַמט געטראָגן די מאסקע פון פרומקייט; אַנדערע האַלטן אים פאַר א הפכפך, וואָס האָט נישט געהאט קיין באַשטימטע פּרינציפּן; עס איז אָבער א פאַקט אַז אין זיין צוואה שרייבט ער וועגן זיך: "איך באַפעל אַז מען זאָל נישט זאָגן אויף מיר קיינע שבחים, נאָר אַז איך בין נישט געווען קיין צבוע, און אַז עס איז געווען תוכי כברי, אַ ירא אלהים וסר מרע, נישט גע'חנפ'עט קיינעם און א גוטער מענטש".

ווערק

זיינע באַרימטע ספרים זענען "הבונה" (באַמערקונגען צו דעם "עין יעקב", אגדות-זאמלונג פון דער גמרא), "ארי נוהם" (קעגן קבלה, פאַרעפנטליכט לייפּציג 1840), "געשיכטע פון אידישע דינים" (אין איטאַליעניש, איבערזעצט אין ענגליש, אויך אין העברעאיש "שלחן ערוך" דורך דר. שלמה רובין, האָט א גרויסן ווערט פאַר פאָרשונג פון אידישן פאָלקלאָר), "מגן וחרב" (קעגן קריסטנטום) און – דאָס וויכטיגסטע – "בחינת הקבלה", אין וועלכן ער שטעלט פאָר די טענות פון א פריידענקער קעגן תורה שבעל פּה מיטן נאָמען "קול סכל" און זיינע אייגענע תשובות מיטן נאָמען "שאגת ארי" דער "בחינת הקבלה" איז אָפּגעדרוקט געוואָרן דורך יצחק שמואל רעדזשאָ (ריגיו) אין יאָר 1852, און טייל האָבן זאָגאַר געמיינט, אַז רעדזשא האָט אויסגעטראכט דאָס ספר און עס צוגעשריבן מודינא'ן; דאָס איז די ערשטע שאַרפע פריידענקערישע קריטיק קעגן דער תורה שבעל פּה, וואָס האָט געהאַט אַ גרויסע איינפלוס אויף משכילים און רעפאָרמער אין 2טער העלפט פון 19טן יאָרהונדערט; מודינא האָט פאַרפאַסט נאָך אַנדערע ספרים, צווישן זיי אויך אַן אייגענע אויטאביאָגראפיע "חיי יהודה".

ביבליאגראפיע

אַ גרינטליכע אַרבעט וועגן מודינא איז פאַרהאַן פון נחמיה שמואל ליובאוויטש, "רבי יהודה אריה די מודינא"; בלוי האָט אַרויסגעגעבן ווערק פון מודינא אונטערן נאָמען "כתכי הריא"ם" אין 1906.

Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!