רוי:אונטערן שריפט

פון המכלול
ווערסיע פון 00:13, 13 דעצעמבער 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (הגהה)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

אונטערן שריפט איז די זעקסטע שפיל אין דער סעריע פון די "אונטערן" שפילן פראדוצירט דורך נייהויז פראדוקציעס. די שפיל איז פארגעקומען אום חול המועד סוכות תשע"ד אין אוידיטאריום פון ברוקלין קאלעדזש. אונטערן שריפט איז איבערגעשפילט געווארן 3 מאל. צום ערשט זונטאג דעם צווייטען טאג חול המועד (סעפטעמבער 22) 12:45 נאכמיטאג. דערנאך איז עס איבערגעשפילט געווארן דעם זעלבן טאג אום 7:00 פארנאכט. און צום לעצטט דינסטאג דעם פערטן טאג חול המועד (סעפטעמבער 24) אום 1:00 נמ.

סיפּור־המעשה

די אונטערן שריפט געשיכטע ווערט אפגעשפילט אין די צייטן פון די קרייץ ציגער ווען די קריסטליכע קעניגן פון אייראפע האבן ארויפגעשטורעמט קיין ארץ ישראל איינצונעמען די הייליגע שטאט ירושלים וואס איז דעמאלטס געווען אונטער אראבישער הערשאפט. ווי ס'איז באקאנט האבן זיי אויסגעניצט די געלעגנהייט אויסצו'הרג'ענען אלע יודן וואס האבן געוואוינט אין די שטעט און דערפער ווי זיי זענען דורכגעגאנגען. אונזער געשיכטע שפילט זיך אפ אין אט יענער צייט אין אן אראביש לענדל מיט א גרויסער יודישער קהילה.

סצענע 1

איז א קאמעדיע סצענע וואו עטליכע חסידי'שע אינגעלייט פארן אויף א עראפלאן און מאכן צודרייט די מענטשהייט, ביז מען שיקט איינעם אראפ פון פליגער. די סצענע ענדיגט זיך אז א פאטער זאגט פאר'ן קינד איך וועל דיר פארציילן די מעשה פון אונטערן שריפט. [1]

סצענע 2

עפנט זיך אין מאראקא, אין א ארט וואס ווערט אנגערופן "דער פארגעסענער טורעם" דארט זיצט אן אלטער מענטש, וואס גייט אויס פאר ליידיגגיין און שפילט שאך מיט זיך אליינס. אינמיטן קומט אריין איבראן (ארי אבראמאוויטש) און ברענגט אים זיין עסן, בשעת ווען ער פרעגט אים וואו ער האט נאך פון זיינע דיאמאנטן. דער עלטערער פארשוין זאגט אים אז אין מארק ביים שטאטישן זייגער זאל ער ציילן 5 טריט און דארט וועט ער עס טרעפן. איבראן פרעגט אים: ווען וועסטו מיר שוין איינמאל פאר אלעמאל זאגן וואו עס ליגט אלע דיאמאנטן? אויף וואס דער אלטער ענטפערט: דו ווייסט אליינס דעם ענטפער, איין טאג נאכדעם וואס איך וועל ארויסגיין פון דא... און איבראן זאגט אים וואס זאל איך טון? דו ווייסט דאך אז איך בין נאר א שליח פון אנדערע...

נאך סצענע 2

איבראן פרובירט צו ציילן 5 טריט פונעם זייגער אבער דער זייגער רוקט זיך מיט מיט אים און ער קען עס נישט דערגיין

סצענע 3

אין סולטאנס פאלאץ, "יאסיר" (יוסף שמואל פרענקל) דער וויזיר פון מאראקא איז אין קעניגס פאלאץ. איבראן - זיין ברודער - ברענגט אים דיאמאנטן, צווישן א לענגערע שמועס וויל איבראן עטליכע מאל אין א צי איבערצייגן דעם וויזיר אז נאכ'ן סולטאנ'ס נפטר ווערן וועט ער איבערנעמען אלס סולטאן, יאסיר האלט אים אין איין זאגן אז "מען טאר נישט אזוי רעדן..." און אזוי ווייטער.

דערווייל גייט פאר אין לאנד א רעוואלוציע דורך א גרופע אויפשטענדלער וועלכע וויל אומווארפן דעם סולטאן. יאסיר קומט אויף מיט א פלאן, ער זאגט פאר'ן סולטאן אז אזוי ווי די קרייץ ציגלער קומען קיין ארץ ישראל, און כאטש וואס מאראקא איז נישט אינמיטן זייער וועג וועלן זיי ווארשיינליך אנקומען קיין מאראקא פשוט מלחמה צו האלטן מיט די אידן, און זיי וועלן זיך צאמשטעלן מיט די אויפשטענדלער, און וויל געבן אן עצה אז דער סולטאן זאל ארויסווארפן די אידן.

דער קעניג רופט דעם אידישן רב (קאפי עלבויגן) און דער ראש הקהל ר' חסדאי (איצי ציג) און בעט זיי אן עצה. דער רב קומט אויף מיט א געניאלן פלאן, מען זאל מעלדן אז דער קעניג פארט צו זיין זומער וואוינונג, און אזוי ווי געווענליך איז דארט ווייניגער באוואכט ווי דער פאלאץ, וועלן זיך זיכער די אויפשטענדלער צאמקומען דארט און די סאלדאטן זאלן אפווארטן דעם קעניג.

דער רב לייגט צו אז צו מאכן דעם מצב אויסזען בעסער זאל מען מיטשיקן א הויכן שר - ווי למשל יאסיר - און אזוי וועט יעדער מיינען אז דער סולטאן פארט טאקע. יאסיר ווערט ווילד האלטנדיג אז דער רב וויל אז ער זאל אומקומען דארט... קלוגט ער יעדעם איבער. ער שיקט א בריוו פאר די אויפשטענדלער און דערציילט זיי דעם גאנצן אמת אז דער קעניג בלייבט אין זיין פאלאץ, און זיי זאלן קומען צום הויפט שטאט ווייל דער קעניג וועט בלייבן דארט אליינס אן קיין וועכטער.

דער קעניג זיצט ווייטער רואיג אין פאלאץ ווען פלוצלינג הערט זיך א טומל, די סאלדאטן זענען אנגעקומען...! דער קעניג הייסט שנעל קאליד לויפן צו זיין זומער וואוינונג זאגן פאר די סאלדאטן אז זיי זאלן שנעל קומען.

נאך סצענע 3

די אויפשטענדלער פרובירן צו נאשן אינפארמאציע פונעם רב, צי דער קעניג אז טאקע געפארן צו זיין זומער וואוינונג אדער נישט. אבער דער רב לאזט זיך נישט און מאכט זיך פאר א משוגע'נער.

סצענע 4

אין ראה"ק'ס הויז, מ'גרייט זיך פאר א פדיון הבן פון א קינד וואס איז געבוירן צום ראש הקהל'ס זון מנשה (לייבי ווידער), אינמיטן קומט מנשה אריין מיט א פארשטעלטן פארשוין - דאס איז דער סולטאן - וועם ער האט געטראפן אין וואלד.

די אויפשטענדלער זוכן אים אין ראה"ק'ס הויז, דער סולטאן זאגט זיי אז ער איז זיין עלטער פעטער... אינמיטן קומען אן די סאלדאטן און שלעפן אוועק די אויפשטענדלער און אונטערדרוקן זיי. דער קעניג באדאנקט זיך און קען שוין אהיים גיין.

סצענע 5

צוריק ביים סולטאנ'ס חרוב'ע פאלאץ, דער וויזיר פרובירט אויפצואווייזן אז דער רב האט פארהאנדלט מיט די אויפשטענדלער און מען ארעסטירט דעם רב.

סצענע 6

צוריק אין פארגעסענעם טורעם, דער רב טרעפט ר' עוזר וואס זיצט שוין דארט 22 יאר, זיי פרובירן טרעפן א וועג ארויס און דער וויזיר דערלאנגט אים א זעץ פון וואס ער ווערט פאר'חלש'ט, זיין טאטע קומט צו אים אין חלום און זאגט ער זאל גיין צום סולטאן און דער בריוו מיט'ן סולטאנס זון וועלן אויפווייזן דעם אמת, זיי פרובירן ארויס צו קריכן און דער גאנצער טורעם פאלט צאם.

נאך סצענע 6

דער ראש הקהל פרובירט בעטן ביי איבראן צו ארלעדיגן עפעס לטובת דעם רב, איבראן איז שוין מסכים ווען דער ראה"ק גיבט אים 100,000 רובל, און דער וויזיר קומט אריין אים אנשרייען, זיי נעמען זיך לאכן און זאגן אז דאס איז גאר געווען א אונטערגעשטעלטע פלאן נאר ארויס צו רוקן נאך אפאר טאלער.

סצענע 7

אין הויף פון פאלאץ

סצענע 8

אין ר' עוזר'ס רעסטוראנט (פאר 22 יאר צוריק).

סצענע 9

צוריק אין סולטאנס פאלאץ.

אקטיארן

רעפערענצן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!