רוי:קאפיל עלבויגן

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:קאפי עלבויגן)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

יעקב קאפיל עלנבויגן (גערופן: קאָפִּי עלענבויגן) איז א לאנגיאריגער אידישער בעל תפילה, זינגער, אקטיאר, דיירעקטאר און שרייבער. זיין ערשטע פראמינענטע שפיל האט ער געשפילט אום תשל"ז אלס 17 יעריגע בחור אינאיינעם מיטן בדחן ר' יקיר ברוין, זיין ראלע איז געווען "ר' אנשיל" אויף די אידישע שפיל דער פעסטער שטעלונג פונעם איד וואס איז געשפילט געווארן דורך סאטמארע בחורים אינעם גיגאנטישן מאנהעטן צענטער מיט די באטייליגונג פון ארום 5,000 פערזאנען.

ר' קאפיל איז באקאנט מיט זיין ווארימע און הארציגע שטימע וועלכע דרינגט אריין אין די טיפסטע אינערליכע סטרינעס פון די צוהערער. עלענבויגן איז א שטיק צייט געווען א זינגער אויף חתונות, אזוי אויך איז ער א גאסט זינגער אויף עטליכע קאסעטן. אבער צום מערסט איז ער באקאנט מיט זיין חוש צו פארשטעלן אקטן ביי א שפיל אדער רבי'שע טיש.

ביאגראפיע

עלענבויגן איז געבוירן אום תש"כ צו זיין פאטער ר' בנימין עלבויגן ע"ה א סיגוט'ער חסיד וועלכער איז געווען א בעל תפילה, זיינע זיידעס זענען אויך געווען בעלי תפילה. ער האט א ברודער ארי עלנבויגן וואס איז א טאלאנטפולע שפילער. אלס אינגעל פלעגט ר' בנימין מיט זיינע 4 זונען זינגען אום שמחת בית השואבה אין די סוכה פון הרב רבי משה טייטלבוים ז"ל דאן סיגוט'ער רב (שפעטער סאטמאר רבי).

שפעטער אום תשמ"ב איז ער נאנט געווארן צו די מונקאטשער הויף אין בארא פארק, ווי עלנבויגן שפילט יערליך די הויפט ראלע ביי די פורים שפיל אויפן רבי'נס טיש. און נאך די טיש טאנצט ער אינאיינעם מיטן רבי'ן וועלכע זאגט אים כסדר: איך בין מקנא דיינען זכותים. עלנבויגן רעדט זיך כסדר דורך מיט מונקאטשער רבי'ן בנוגע זיין קאריערע אלס אקטיאר, האבענדיג גאר נאנטע באציאונגען מיטן רבי'ן.

עלנבויגן'ס פאטער ר' בנימין איז נפטר געווארן ערב שבת חול המועד סוכות תשס"ו בשעת קאפי האט נאך געברויכט איבערשפילן זיין ראלע אלס "ראובן" ביי די מכירת יוסף שפיל "דער זיידענע העמעדל" וואס איז איבערגעשפילט געווארן זונטאג דערויף. מורי הוראה האבן גע'פסק'נט פאר עלנבויגן אז ער איז ערלויבט צו שפילן זיין ראלע ביי דעם שפיל צוליב וואס אום יום טוב איז אסור צו פראווענען אבילות בפרהסיא, און צוגאב צו די הפסד מרובה וואס עס וועט דורך דעם ארויסקומען. טראץ וואס עלנבויגן זאגט אז עס איז אים אנגעקומען זייער שווער, זאגן די צושויער אז עס האט זיך גארנישט דערקענט אויף די שפיל.

די ראלע וואס עלנבויגן שפילט אויף רוב שפילן איז די כאראקטער פונעם נרדף וואס ציוויינט זיך, פאלט אריין אין טורמע אדער בעט זיך מיט א הארציגע ליד אינמיטן זיין ראלע. און ווי עלנבויגן זאגט איז דאס צוליב וואס די ראלע פונעם "נעבעך" איז שווערער צו שפילן און ער איז מער געאייגענט דערפאר, אבער ער האט שוין כאראקטעריזירט סיי די פארווייטאגטע און סיי די פרייליכע אקטן ביי פארשידענע שפילן.

ליסטע פון שפילן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!