דרעפט:רבי חי יצחק טווערסקי
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
געבורט |
17 באוגוסט 1931 ד' אלול ה'תרצ"א ירושלים | ||||
---|---|---|---|---|---|
פטירה |
כ"ט אב ה'תשפ"ג בארא פארק | ||||
וואוין אָרט | בארא פארק | ||||
טעטיגקייט אָרט | שיכון סקווירא און בארא פארק | ||||
רבי'ס | זיין טאטע רבי יוחנן און זיין שווער רבי יעקב יוסף טווערסקי פון סקווירא | ||||
ספרים | אמרות טהורות | ||||
ווייב | מרים | ||||
דינאסטיע | רחמיסטריווקא | ||||
|
רבי חי יצחק טווערסקי (ד' אלול ה'תרצ"א – כ"ט אב ה'תשפ"ג), איז געווען דער רחמיסטריווקער רבי אין אמעריקע.
ביאגראפיע
רבי איציקל איז געבוירן אין ירושלים אלס צווייטער זון פון רבי יוחנן און אסתר רבקה לבית ווילהעלם. זיין זיידנ'ס פאטער, רבי מנחם נחום טווערסקי ("רבי נחומטשע") איז געווען זיין סנדק. ער איז גערופן געווארן נאך זיין זיידע רבי איציקל סקווירער[1]. אין זיין יוגנט, נאך פסח ה'תש"ד, איז ער קראנק געווארן, און זיין זיידע רבי דוד טווערסקי האט אים צוגעגעבן דעם נאמען "חיים", אבער נאכ'ן אים אנמערקן אז זיין אינגערע ברודער הייסט "חיים משה", האט ער געטוישט צו "חי". זיין מצב האט זיך דערקייקלט, און אין ל"ג בעומר, ווען זיין פעטער רבי אברהם ווילהעלם האט באזוכט און ער האט געהערט פונעם קראנקן-שוועסטער אז ער האט פארלוירן זיין שאנס צום לעבן, הוא רקח שמן ומרח על גופו, ואז החלה הטבה במצבו. עטליכע חדשים נאך ער איז געזונט געווארן איז אפגעראכטן געווארן זיין בר מצווה, אינאיינעם מיט א סעודת הודיה אויף זיין "נס" הצלה, וואו עס האבן זיך באטייליגט רבי ישראל פון הוסיאטין (פון וועם ער איז נשפע געווארן אין זיין יוגנט), רבי ישראל פרידמאן פון באיאן לייפציג, און רבי מרדכי רוקח.
ער האט געלערנט אין תלמוד תורה און ישיבת עץ חיים, ווי ער איז נאנט געווארן מיט רבי איסר זלמן מעלצער, וועם ער האט פאררעכנט אלס זיין רבי. ער איז געווען טייל פון א "חבורה" פון ירושלימער בחורים פון ישיבת עץ חיים אין שפיץ פון רבי יוחנן פערלאוו פון סטאָלין, און ער איז אויך געפארן צו אים צומאל קיין חיפה. ער האט שפעטער געלערנט אין בעלזער ישיבה.
אמעריקע
אין תשי"ג איז ער א חתן געווארן צו מרים טאכטער פון רבי יעקב יוסף טווערסקי, דער סקווירער רבי. די חתונה איז באשטימט געווארן אויף חודש אלול, אבער איז אפגעשטיפט געווארן ביז עס ווערט מאושר א רישיון כניסה צו די פאראייניגטע שטאטן פאר דעם חתן'ס טאטע, וועלכער איז געווען א רוסיש געבוירענער. אין כ' אדר א' ה'תשי"ד איז פארגעקומען די חתונה אין מאנהעטן, ניו יארק, וואו עס האבן זיך אויך באטייליגט דער אמרי חיים פון וויזשניץ, רבי יואל פון סאטמאר. נאך זיין חתונה האט ער געוואוינט נעבן זיין שווער אויף בעדפארד עוועניו אין וויליאמסבורג, און האט געלערנט מיט אים בחברותא אומגעפער צוויי שעה טעגליך. אין יאר תשי"ז, ווען זיין שווער איז אריבער וואוינען אין שיכון סקווירא, דער שטעטל וואס ער האט געגרינדעט, איז רבי איציקל מיטגעגאנגען. ער איז שפעטער געווארן אויפגענומען דורך רבי יעקב יוסף אלס גייסטישער "מנהל" אנצופירן די ארטיגע תלמוד תורה און ישיבה, און באקומען א שטארקע השפעה אויף די בחורים. ער האט אויך געדינט אלס בעל תפילה אין די ימים נוראים.
נאך זיין פאטער'ס פטירה אין כ' כסלו תשמ"ב, איז ער באשטימט געווארן אלס רבי אין די פאראייניגטע שטאטן, פּאראלעל מיט זיין עלטערן ברודער, רבי ישראל מרדכי, וואס איז באשטימט געווארן אלס רבי אין ארץ ישראל. דער מאכניווקער רבי, דער עלסטער רבי פונעם טשערנאבילער הויף, האב פובליצירט א בריוו אין וואס ער שטעלט ביידע און בעט זיי זאלן נישט אפזאגן דעם שטעלונג[2]. ער האט זיך געצויגן צו בארא פארק און האט אנגעהויבן פראווען רעביסטעווע בשותפות מיט זיין עלטערן ברודער. ווען זיי האבן זיך געטראפן פלעגן זיי פירן צוזאמען טיש, און אין די אפיציעלע דאקומענטן איז געווען אנגעצייכנט אז די חסידות איז "בנשיאות כ"ק האדמו"רים שליט"א". נאך זיין ברודער'ס פטירה האט ער ווייטער געפירט בשותפות מיט זיין פלימעניק, רבי דוד, דער רבי אין ארץ ישראל.
די חסידות אונטער אים האט זיך געציילט בערך 750 משפחות איבער די פאראייניגטע שטאטן, רוב פון זיי אלס ערשטן דור אינעם הויף. דער חסידות פארמאגט תלמודי תורה אין בארא פארק, מאנסי און לעיקוואד, א ישיבה קטנה און ישיבה גדולה אין בארא פארק מיט'ן נאמען "עסק התורה", און אויך א מיידל שולע, און כוללים. אין שפיץ פון די ישיבות שטייט זיין אייניקל הרב מרדכי פנחס טווערסקי, זון פון רבי דוד משה עלסטער זון פון רבי'ן.
אנדערש ווי זיינע עלטערן, פלעגט ער פארדאווענען פאר'ן עמוד אין די ימים נוראים, ורבים מחוץ לחסידות היו באים לשמוע את תפילותיו[מקור פארלאנגט] עקב היותו שיינער 'בעל תפילה'.
זינט חודש תמוז תשפ"ב איז זיין געזונט צושטאנד פארערגערט געווארן, און ער האט ערשיינט אין זיין בית מדרש בלויז איינצעלע מאל ווען ער איז קוואראנטירט אין א גלאזענעם שטיבל. ער איז נפטר געווארן כ"ט אב ה'תשפ"ג[3]. -->
ווערק
"אמרות טהורות", צען בענדער על התורה ועל המועדים, וואס זיינע חסידים האבן ארויסגעגעבן פון זיינע דברי תורה און סיפורים.
קינדער
- זיינע זין
- טעכטער און איידעמער
צו ליינען מער
- מאמענט, ???
- א בליק, ???
- די וואך, "תפארת יצחק" ביילאגע, שופטים תשפ"ג
דרויסנדיגע לינקס
רעפערענצן
- ↑ זיידע פון זיין באבע רעבעצין שפרה טווערסקי.
- ↑ מנוסח המכתב: ”בהסתלק אביהם, שאר בשרי הרב הצדיק המפורסם, מורינו הרב יוחנן זכרון צדיק וקדוש לברכה, סמכתי הרב הצדיק מורינו הרב ישראל מרדכי שליט"א, להיות ממלא מקום אביו בארץ ישראל הקדושה, ואת אחיו, הרב צדיק מורינו הרב חי יצחק שליט"א, להיות ממלא מקום אביו זכרונו לברכה באמעריקה, ובקשתי מהם כי אל יסרבו לקבל פתקי דרחמי, וד' יהיה בעדם שתתקבל תפילותיהם בזכות אבותם הקדושים, ממני הכותב וחותם לכבוד בית דראחמיסטריווקא”.
- ↑ נצחו אראלים את המצוקים, הרה"ק מרחמסטריווקא זצוק"ל למנוחת עולמים, אויף בחצרות הקודש, כ"ט באב תשפ"ג