עליע פאלקאוויטש
געבורט |
1898 האָמעל, ווייסרוסלאַנד, רוסישע אימפעריע |
---|---|
פטירה |
1979 (אלט: 81 בערך) מאָסקווע |
פאך | לינגוויסט |
אליהו "עליע"[1] פאַלקאָוויטש (רוסיש: Эли Маркович Фалькович; 1898, האָמעל, ווייסרוסלאַנד, רוסישע אימפעריע – 1979, מאָסקווע) איז געווען א בעלארוסיש-אידישער יידיש לינגוויסט[2][3]. ער האט באקומען דעם "אָרדן פון לענין" פאר זיין ארבעט אלס א מעדיצינישער העלפער אין דער צווייטער וועלט-מלחמה. פאלקאוויטש האט ארויסגעגעבן ווערק וועגן יידיש אויסלייג און גראמאטיק.
יונגע יארן
פאלקאוויטש איז געבוירן אין האָמליע אין דער מאָהילעווער גובערניע פון רוסישן אימפעריע (היינט בעלאַרוס), און האט דארט געוואוינט ביז צו די ניינצן יאר אלט. ביי די 15 יאר האט ער אנגעהויבן געבן פּריוואטע לעקציעס אלס לערער און האט זיך אנגעשלאסן אין די 'צעירי ציון' ארגאניזאציע. אין 1917 און 1918 איז ער געווען דער שולע-פירער פון א אידישע שולע אין סאַראַפּול. דערנאך האט ער זיך צייטווייליג אריבערגעצויגן קיין קיעוו, וואו ער איז געווען דער פארוואלטער פון א קינדער-קלוב אין 1918 און 1919, איידער ער איז אין 1920 און 1921 געווארן א קולטור-ארבעטער פאר דער רויטער ארמיי, סטאַנציאנירט אין דער מאָסקווער געגנט[2].
מיטעלע יארן
שטודירנדיג פילאָלאָגיע אין דער מאָסקווער שטאַט אוניווערזיטעט אין די יארן 1921 און 1922, האט פאלקאוויטש געארבעט פאר דעם קאמיסאריאט פון אויפקלערונג. שפעטער האט ער פארגעלערנט איבער יידישער לינגוויסטיק ביי דער צווייטער מאסקווער שטאַט אוניווערזיטעט (שפעטער באקאנט אלס דער מאָסקווער פּעדאַגאָגישער אינסטיטוט) און ביים קאמוניסטישן אוניווערזיטעט פאַר נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן פון מערב (וואָס די ייִדיש־רעדער האָבן גערופן "מערבקע")[2].
אין מערץ 1937, נאכן פארטיידיגן דאס לערנען חומש און די ווערק פון חיים נחמן ביאליק און שלום אש, איז פאלקאוויטש אויסגעשטאנען שאַרפער קריטיק מצד זיינע קאָלעגעס פאַר זיינע "בורזשואַזנע נאַציאָנאַליסטישע" אידעאָלאָגישע "חטאָים", און האט צייטווייליג פארלוירן זיינע שטעלעס[2]. מיט אַ יאָר שפּעטער האָט מען פאַרמאַכט דעם יידישן אָפּטייל אינעם אינסטיטוט.
צוזאמען מיט אייזיק זארעצקי, איז פאלקאוויטש געווען צענטראל אין פארמירן די סטאנדארטן פון סאוויעטישן יידיש אין באצוג צו לעקסיקאן, גראמאטיק, סטיל, און אויסלייג[2]. ער האט אנגעהויבן פארעפנטליכן שטודיעס דערוועגן אין 1927. אין די 1930ער יארן האט ער אָפט געשריבן אינעם קיעווער לינגוויסטישן זשורנאל "אפנ שפּראַכפראָנט". אין דעצעמבער 15, 1936 האט ער אנטיילגענומען אין א זיצונג אין מאסקווע, וועלכע איז געווען געווידמעט צו באהאנדלען דער פראגע וועגן דער סאָציאַלער סטאַטוס פון דער אידישער שפראך – אין צוזאמהאנג מיט א פלאן צו שאפן א אידישע רעפובליק אין ביראבידזשאן[4].
שפעטערע יארן
בשעת דער צווייטער וועלט-מלחמה, אין 1941, האט זיך פאלקאוויטש פרייוויליג אנגעשלאסן אין דער רויטער ארמיי, און געארבעט אלס א מעדיצינישער העלפער. אין איין שלאכט האט ער געראטעוועט די לעבנס פון 88 פארוואונדעטע, און דערפאר באקומען אין זומער 1942 דאס לאַנד'ס העכסטע באלוין, דער "אָרדן פון לענין"[2][5]. פון 1943 ביז 1948 איז ער געווען אַ מיטגליד פונעם אידישן אנטי-פאשיסטישן קאמיטעט[4].
נאך דער מלחמה איז פאלקאוויטש געווען דער הויפט רעדאקטאר פון דער מאסקווער יידישער פארלאג "דער עמעס" ביז איר ליקווידירונג אין 1948[2]. אין די 1950ער יארן, נאך דער פארניכטונג פון דער סאוויעטיש-אידישער קולטור, האט ער געארבעט אלס לערער אויף דער רוסישער שפראך.
פון 1961, ווען עס האָט אָנגעהויבן צו ערשיינען דער זשורנאַל "סאוועטיש היימלאנד", פלעגט ער פון צייט צו צייט פארעפנטליכן אויף אירע שפאלטן פאפולערע ארטיקלען איבער די פראגעס פונעם סטיל פון אידישער ליטעראטור[4]. אין יענע יארן האט פאלקאוויטש געהאלפן פארמירן א רעווידירטע יידישע אויסלייג[2]. אין 1974–1978 האָט ער געפירט אין "סאוועטיש היימלאַנד" די רובריק "פאַר די, וואָס לערנען ייִדיש".
פאלקאוויטש האט אויך פארעפנטליכט צוויי גראמאטישע סקיצן פון יידיש, איינס אין א מאנאגראפיע וועגן סאוויעטישע נאציאנאלע שפראכן (1966) און די אנדערע, געדרוקט נאך זיין טויט אלס א צוגאב צום "רוסיש-יידישער ווערטערבוך" (משה שפירא; 1984)[6].
אויסדערוועלטע פּובליקאַציעס
- גראַמאַטיק פאַר דערוואַקסענע, מאָסקווע, 1929
- גראַמאַטיק פאַר דערוואַקסענע, די צווייטע, פארפולקאמטע אויפלאַגע, מאָסקווע – כארקאוו – מינסק, 1930
- ייִדיש פאַר דערוואַקסענע, מאָסקווע, 1936
- ייִדיש, מאָסקווע, 1940
- רוסיש-ייִדיש ווערטערביכל פאַר דער אָנפאַנג-שול, מאָסקווע, 1941
- Искусство лектора, מאסקווע, 1960
- «Еврейский язык (идиш)», Языки народов СССР, т. 1. М., 1966
- «О языке идиш», רוסיש-ייִדישער ווערטערבוך (אונטער דער רעדאקציע פון מ.שפּירא, א.ספּיוואַק און מ. שולמאַן), מאָסקווע, 1984 און מאָסקווע, 1989
- (צוזאַמען מיט מ.שפּירא) В помощь изучающим идиш, פעטערבורג, 2006
רעפערענצן
- ↑ לויט די כללים פון דער סאָוויעטישער אידישער אָרטאָגראַפיע.
- ↑ 2.0 2.1 2.2 2.3 2.4 2.5 2.6 2.7 Falkovitsh, Elye, אויף ייווא ענציקלאפּעדיע
- ↑ "ארכיון סופר וחוקר היידיש אליהו פלקוביץ – רוסיה". קדם ליציטאציע הויז. Retrieved July 12, 2019.
- ↑ 4.0 4.1 4.2 Фалькович Элияху, אין די אידישע ענציקלאָפּעדיע אין רוסיש אויפ'ן געוועב (רוסיש)
- ↑ Фалькович Элья Мордухович 1898г.р. (רוסיש)
- ↑ Nath, Holger (December 2009). "The Passive in Soviet Yiddish" (in ענגליש). Center for Language and Cognition Groningen. pp. 182–199. Retrieved 2016-05-09.
{{cite web}}
: CS1 maint: url-status (link)
cc-by-sa 3.0 ערלויבעניש • אריגינעלער בלאט • ביישטייערער