רוי:אדאלף אייכמאן
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
אדאלף אייכמאן איז געווען א דייטשער נאצישער מלחמה-פארברעכער, און איז געווען פון די הויפט נאציס, דער "ארכיטעקט פונעם חורבן". ער איז געווען איינער פון די פירער אין דער צווייטער וועלט-קריג פאראנטווארטליך פאר דער פאקטישער דורכפירונג פון די באפעלן פון היינריך הימלער, דער הויפט עס-עס אפיציר איבער די ענדגילטיגע לעזונג פלאן פונעם פירער ימ"ש, אין זיין "מיין קאמף" ביכל, פון אויסרייניגן די וועלט פון נידעריגע ראסן, און פארניכטן דעם אידישן "פראבלעם" איינמאל פאר אלעמאל דורכ'ן פארגאזן דעם ראסע פון דער וועלט אויף אייביג.
אין תרע"ד איז ער מיט זיין משפחה אריבער קיין עסטרייך. אין יאר תרצ"ב איז ער געווארן א מיטגליד אינעם עסטרייכער עס-עס. ווען די נאציס ימ"ש האבן איבערגענומען די הערשאפט פון דער דייטשער רעגירונג, האט ער געצויגן צוריק קיין דייטשלאנד.
ביים סוף פון דער מלחמה איז אייכמאן געכאפט געווארן דורך די אמעריקאנער און אריינגעזעצט געווארן אין טורמע אונטער'ן נאמען "אטא עקמאן". יאנואר דעם דריטן תש"ו האט מען אין נירנבערג עדות געזאגט וועגן זיינע אקציעס. דער לעצטער איז אנטלאפן פונעם קאנצענטראציע לאגער[אויסקלארונג פארלאנגט]. איידער זיין אידענטיטעט איז אנטדעקט געווארן, האט ער זיך אריבערגעצויגן צו עטליכע ערטער און זיך ענדליך באזעצט אין א קליין דארף צפון פון זעלא, וואס איז געווען אקופירט דורך די בריטאניער.
אין תש"י איז ער געפארן קיין איטאליע, וואו ער איז געהאלפן געווארן דורך געווארן דורך באאמטע אינעם וואטיקאן צו קריגן א רויטע-קרייץ סערטיפיקאט אונטער דעם נאמען "ריקארדא קלעמענט". ער איז אנגעקומען מיט א שיף קיין בוענאס-איירעס, ארגענטינא, וואו ער איז באגריסט געווארן דורך אן עס-עס אפיציר און אגענט פון דעם דייטשישן אינטעליגענץ. יענער האט אים איינגעארדנט א דירה און געשאפט אן ארגענטינא אידענטיפיקאציע-קארטל.
פון ארגענטינא האט דער חיה בצורת אדם זיך פארבינדן מיט זיין פרוי דורך בריוו, און מסדר געווען אז די פאמיליע זאל קומען צו אים. אין זומער תשי"ב האבן זיין פרוי און קינדער פלוצלינג פארלאזט עסטרייך און אויך געקומען קיין ארגענטינע.
שוין אין יאר תש"ו איז ארגאנאזירט געווארן אין וויען, עסטרייך א גרופע וואס האט פרובירט נאכצופאלגן דעם דייטשן שלאנג. וויבאלד ער האט זיך נישט געלאזט פאטאגראפירן אין פאבליק, איז אפילו איין בילד נישט געווען פון אים. ביז זיי האבן געפונען איינעם פון זיינע פריינד, און פון יענעם ארויסדערווישט א בילד פון דעם געזוכטן.
אום י"ד אייר איז דער אכזר ענדליך פארכאפט און ארעסטירט געווארן, דורך די געהיימע "מוסד" אגענטן פון מדינת ישראל, אין א שפאנענדע און געפארפולע אקציע. ער איז איינגעשלעפט געווארן פאר עטליכע שעה, און אזוי איז געלונגען אים ארויפצושמוגלען אויף א פליגער און אפפירן קיין ארץ-ישראל, וואו עס האט אים געווארט א שווערע געריכט.
ח' טבת איז ער געפונען געווארן שולדיג אויף די מלחמה-קלאגעס. כ"ה אייר איז זיין אפיעל ארויסגעווארפן געווארן. כ"ח אייר איז געקומען אן ענדע צו זיין פארשאלטענעם לעבן.
נאכדעם וואס ער איז פארכאפט געווארן קיין ארץ-ישראל, איז ארויסגעגעבן געווארן אן ארעסט-באפעל קעגן אים וואס איז כסדר פארלענגערט געווארן ביז צו דער ענדע פונעם אויספארשונג, וואס האט געדויערט אומגעפער ניין חדשים. בשעת ער האט זיך אויפגעהאלטן אינעם טורמע, האט מען מורא געהאט אז ער זאל זיך נישט נעמען דאס לעבן און דעריבער האט מען געהיטן אויף אים 42 שעה אין טאג.
דער אדוואקאט פאר דעם נאצי, האט פרובירט אפשלאגן דעם געריכט מיט לעכערליכע טענות:
די ריכטער זענען אידן, און זיי וועלן נישט זיין אביעקטיוו (אן נגיעות).
דער משפט טאר נישט אפגעהאלטן ווערן, פשוט צוליב דעם וואס דער באשולדיגטער איז אומלעגאל פארכאפט געווארן פון זיין הויז אין אן אנדערן לאנד.
די קלאגעס אויף וועלכע מ'באשולדיגט אים זענען אפגעטון געווארן אינדרויסן פון ארץ-ישראל, און אינדערצייט וואס זיי זענען דורכגעפירט געווארן האט נאך דער 'מדינה' ניטאמאל עקזיסטירט.
דער געריכט האט אבער אפגעווארפן די טענות.
ווען מ'האט פארגעליינט דעם אורטייל, האט דער באשולדיגטער געענטפערט: "ניכט שולדיג."
דער קלאגע האט גערעדט איבער אייכמאנ'ס טייל אינעם שרעקליכן חורבן וואס האט געוואלט פארטיליגן אלע אידן איבער גאנץ אייראפע. זיין אדוואקאט האט כמעט נישט פרובירט אפצופרעגן די פאסירונגען, נאר ענדערש צו קלענער מאכן אייכמאנ'ס פארמישונג אין דעם אלעם, ווי ער וואלט געווען א קליינע טשוואק אינעם ריזיגן מלחמה מאשין. ער האט ארויסגעברענגט אז יענער איז געווען בלויז א נידעריג-ראנגיקער אויפזעער, און האט נישט געהאט קיין טייל אין די החלטות.
די טענות זענען אבער אפגעווארפן געווארן דורך די ריכטער. אינעם אורטייל איז באשטימט געווארן, אז מ'וואלט געקענט איבערקלוגן די באפעלן אדער אפילו זיך אפזאגן פון אמט, און אפילו אויב וואלט אייכמאן געווען בלויז א פאלגזאמער אויפזעער, וואלט ער נישט געטארט אויספירן רציחה'דיגע באפעלן.
אינעם אורטייל איז אויפגעוויזן געווארן אז דער רשע אייכמאן איז געווען א גרויסער כח אין דעם טויטליכן-מאשין. ער האט פלאנירט און אליין דורכגעפירט א גרויסע חלק פון די רציחות. ער האט נישט מוותר געווען אויף קיין שום איד'ס לעבן.
ח' טבת איז אייכמאן געפונען געווארן שולדיג און פאראורטיילט צום טויט. ער, זיין פרוי און פינף ברידער האבן געשיקט באגנאדונגען בריוו צום פרעמיער-מיניסטאר, אבער יענער האט עס ארויסגעווארפן, שרייבנדיג אויף דעם בריוול די ווערטער פונעם נביא שמואל צו אגג, דער קעניג פון עמלק: כַּאֲשֶׁר שִׁכְּלָה נָשִׁים חַרְבֶּךָ, כֵּן תִּשְׁכַּל מִנָּשִׁים אִמֶּךָ (שמואל א, טו:לג) - פונקט ווי דיין שווערד האט פארוואנדלט פרויען אין 'מאמעס אנע קינדער', וועט יעצט דיין מוטער טרעפן דעם זעלבן שיקזאל.
אום כ"ח אייר, צוויי מינוט פאר חצות הלילה, איז דער אכזר געהאנגען געווארן. זיין קערפער איז פארברענט געווארן אינעם הויף פונעם טורמע, און זיין אש איז פארשפרייט געווארן אין ים - נישט אין די טעריטאריע פון ארץ-ישראל.
איידער מ'האט אים געהאנגען, האט דער בלוט-דארשטיגער רשע און אכזר אויסגערופן מיט גאוה: "לעבן זאל דייטשלאנד! לעבן זאל ארגענטינע! לעבן זאל עסטרייך! איך וועל אייך קיינמאל נישט פארגעסן!"
נאכדעם וואס מ'האט פארכאפט אייכמאן, האט זיין פרוי זיך אומגעקערט קיין דייטשלאנד צוזאמען מיט איר יונגסטער זון. ער איז געווען דער איינציגער וואס האט זיך אפגעשאקלט פון זיין טאטן. אין א שמועס יארן שפעטער האט ער געזאגט אז עס איז זיך געקומען פאר זיין פאטער צו גע'הרג'עט ווערן, נאך די שענדליכע מעשים וואס ער האט געטון. ער האט אים אפענערהייט פארשעמט: "עס איז זיך אים געקומען דער טויט. פאר מיר איז ער בלויז היסטאריע."
זאל ער פלאקערן אין טונקעלן גיהנום, אינאיינעם מיט זיינע טייוולאנישע פריינט, וימח שמם וזכרם.