רוי:משה מענדלסאן

פון המכלול
ווערסיע פון 02:44, 20 אקטאבער 2023 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (דעסקריפציע: באקאנטער דייטשער משכיל)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
משה מענדלסאן

משה מענדלסאָן אויך באקאנט אלס משה דעסויער, אדער מענדלזאן, אדער רמ"ד, (י"ב אלול ה'תפ"ט - ה' שבט ה'תקמ"ו) איז געווען א דייטשער יודישער פילאזאף און ווערט פאררעכנט ווי איינער פון די טאטעס און מערסט באקאנטע פערזענליכקייטן פון דער משכילישע באוועגונג.

ביאגראפיע

ער איז געבוירן אין יאר ה'תפ"ט צו זיינע עלטערן מנחם מענדל סופר און ביילא רחל שרה אין דער שטאט דעסוי, דעמאלטס אונטער דער "הייליגער" רוימישער אימפעריע, נאך וועלכער ער ווערט אויך גערופן. פון זיין מאמענ'ס זייט איז ער אַן אייניקל פון רמ"א. זיין פאטער איז געווען א סופר.

אלס קינד האט ער שוין גע'שמ'ט אלס עילוי און געלערנט מיט רבי דוד פרענקל בעל "קרבן העדה" אויף ירושלמי. ווען זיין רבי איז אריבער קיין בערלין ווערן דארט רב איז ער מיטגעפארן.

השקפה

דער ביאור

שטארק באקאנט איז זיין חומש אין וועלכן ער האט איבערגעזעצט די פסוקים צו דער דייטשער שפראך.

ער איז געווארן א סימבאל פון אפיקורסות פאר דער אסימילאציע פון כלל ישראל. דער חת"ם סופר שרייבט אין זיין באקאנטער צוואה: בספרי רמ"ד, אל תשלחו יד.

ר' עקיבא יוסף שלעזינגער שרייבט אין זיין ספר א פירוש אויף דער צוואה פונעם חת"ם סופר אז וויבאלד ער האט אריינגעברענגט אסימילאציע ביי אידן, דעריבער האבן זיך רוב פון זיינע קינדער געשמדט און זענען געווארן פאלנע גוים.


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!