רוי:שלמה גערטנער

פון המכלול
ווערסיע פון 14:41, 23 יולי 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "ש"ם" ב־"ש"מ")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

שלמה גערטנער (געב' תש"מ) איז א חסידישער חרדישער זינגער וואס וואוינט אין ענגלאנד.

ביאגראפיע

שלמה גערטנער איז געבוירן אין תש"מ אין לאנדאן אין א משפחה פון וויזשניצער חסידים וואס האבן געוואוינט אין הענדאן. ער האט געלערנט אין דער וויזשניצער ישיבה אין בני ברק. נאך זיין חתונה מיט זיין ווייב פרומעט האבן זיי זיך באזעצט אין סטעמפארד היל און שלמה האט אנגעהויבן זינגען ביי חתונות. אין תשס"ז האט ער ארויסגעגעבן זיין ערשטן אלבום ניסים[1] מיט די באוואוסטע ניגונים "קודש היא לכם" (מלכה'לע) (וואס גערטנער האט קאמפאנירט צוזאמען מיט יוסי גרין און "שמייכל" (קאמפאנירט פון מנחם קרויס). אין תש"ע האט ער ארויסגעגעבן זיין צווייטן אלבום עשה עשה. גערטנער זינגט מיט א פויליש יידיש און נישט מיט אן אסטגאליציאנער יידיש וואס מ'רעדט אין וויזשניץ.

זעהנדיג אז אין ניו יארק קען ער האבן מער ביזנעס האט ער געוואלט קומען וואוינען אין ניו יארק, אבער זיין רבי, ר' ישראל האגער שליט"א פון וויזניץ האט אים באפוילן צו בלייבן אין לאנדאן. [2]

גערטנער איז טעטיג אין דעם לאנדאנער אנשטאלט "שמייכל" וואס מאכט פריילעך קינדער וואס ליידן פון מעדיצינישע פעלערס.

אלבומען

ער האט שוין ארויסגעגעבן פיר אלבומען, אריינגערעכנט נסים, והתקין, עשה עשה, און נאך. אויף די אלבומען זינגט ער לידער פון גרויסע אידישע קאמפאזירער ווי יאסי גרין און נאך. ער האט אויך ארויסגעגעבן אן אלבום דוד ושלמה ווי ער אינאיינעם מיט דוד קאליש, זינגן ניגונים וואס קאליש האט פארפאסט.

ווינטער ה'תשע"ז האט ער ארויסגעגעבן זיין אלבום "מנחה" וואס איז אויפגענומען געווארן ווי א היט ביים היימישן עולם. דער אלבום איז געווארן אראנזשירט דורך מאנא ראזנבלום. די לידער אויפן אלבום זענען פון יאסי גרין, מענדל ראטה, און נאך. דער בארימטסטער ניגון אויף דעם אלבום איז "ווי לאנג קען מען דאווענען מנחה?" א הארצי-רעטארישער ניגון וואס ברענגט ארויס זייער א טיפן פונקט, און איז געווארן זייער פאפולער ביים עולם, בעיקר ביי די יוגנט. דער ניגון איז פארפאסט געווארן דורך מענדל ראטה.

רעפערענצן

דרויסנדע לינקס

P music.svg דער ארטיקל בנוגע מוזיק איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!