אב
| |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
| |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
|
אָב איז דער עלפטער חודש אין דער אידישער יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער פינפטער חודש ציילנדיג פון ניסן.
חודש אב פאלט געווענליך אויס אין פאראלעל מיט די מאנאטן יולי-אויגוסט אין גרעגאריאנישן קאלענדאר, אין דער סעזאן פון זומער אין דעם צפון האלבקיילעך און פון ווינטער אין דעם דרום האלבקיילעך (וואו עס איז גלייך צו חודש שבט אין צפון האלבקיילעך).
אין דער לוח
אין דער באשטימטער אידישער לוח, איז אב אלעמאל א "חודש מלא" פון דרייסיג טעג[1]. דער פאריגער חודש איז אלעמאל א "חודש חסר", מיט 29 טעג, און ראש חודש אב באשטייט דעריבער פון איין טאג, א' אב[1]. חודש אב קען זיך אנהייבן אין א מאנטאג, מיטוואך, פרייטאג אדער שבת[2].
אין די צייטן וואס מען האט באשטימט די חדשים על פי הראייה, פלעגן די שליחים פון בית דין ארויספארן צו די ווייטע פלעצער מודיע צו זיין ווען מען האט באשטימט ראש חודש אב, אז מען זאל וויסן ווען עס פאלט אויס דער תענית פון תשעה באב[3]. עס איז א מחלוקת הראשונים צי די שליחים זענען ארויס אויך אין די צייטן וואס דער בית שני איז געשטאנען[4], אדער מען האט דאן נישט געפאסט אין תשעה באב[5].
נאמען
אין אנהייב זענען די חדשים אין אידישן קאלענדאר גערופן געווארן לויט זייער צאל, אנגעהויבן פון ניסן; דער חודש האט אלזא געהייסן "החודש החמישי"[6]. דער רעלעוואנטער מאנאט איז גערופן געווארן "אב" אין בבל און אין מעסאפאטאמיע בכלל, פון אכד'יש ʾAbū[7]. עס ווערט שפעקולירט אז די עטימאלאגיע דערפון נעמט זיך פונעם טערמין פאר צווייגלעך און שטעקעלעך, זייענדיג דער מאנאט ווען זיי זענען געשניטן געווארן פאר פארשידענע געברויכן[א], אדער נעמט זיך עס פון פייער, צוליב די היץ וואס הערשט אין דעם חודש[7]. אין די תקופה פון גלות בבל און שיבת ציון איז דער נאמען אריינגעקומען אויך אין אידישע באנוץ, ווי די נעמען פון אלע חדשים[9].
"אַבּ" איז אויך דער נאמען פאר דער מאנאט פון אויגוסט אין פילע לענדער אין מיטל מזרח.
נאטיצן
רעפערענצן
- ↑ 1.0 1.1 משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ח', הלכות ד'–ה'
- ↑ שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תכ"ח, סעיף ב'
- ↑ ראש השנה יח, א
- ↑ פירוש המשניות להרמב"ם, ראש השנה א, ג
- ↑ תשב"ץ, חלק ב' סימן רע"א
- ↑ במדבר לג, לח; מלכים ב' כה, ח
- ↑ 7.0 7.1 W. Muss-Arnolt, "The Names of the Assyro-Babylonian Months and Their Regents", Journal of Biblical Literature 11, 1892, עמ' 72–94 doi: 10.2307/3259081
- ↑ בבא בתרא קכא, א
- ↑ תלמוד ירושלמי, מסכת ראש השנה, פרק א', הלכה ב'
חדשים פון יאר | ||
---|---|---|
|