רוי:סערעט

פון המכלול
ווערסיע פון 20:30, 4 מאי 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "רבי [[" ב־"[[רבי ")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
סערעט
Siret
ROU SV Siret CoA.jpg
מדינה / טעריטאָריע Flag of Romania.svg רומעניע
קאָאָרדינאַטן 47°57′N 26°4′E / 47.950°N 26.067°E / 47.950; 26.067 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
פראווינץ שאץ
בירגערמייסטער אדריאן פאפאלו
שטח 43.40 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין שטעטל

9,358‏  (שטייענדיג 2002)
http://www.primariasiret.ro/

סערעט (רומעניש: Siret; דייטש: Sereth, פּויליש: Seret) איז א שטעטל אין שאץ פראווינץ, צפון רומעניע, און איז פון די עלטסטע שטעטלעך אין, און אן אמאליגע הויפטשטאט פון דער געוועזענער פרינציפאליטעט פון מאלדאוויע. ער געפינט זיך 2 km פונעם גרעניץ מיט אוקראינע, און איז איינער פון די הויפט אדורכגאנג פונקטן אין צפון פון לאנד, מיט סיי א שאסיי גרעניץ פונקט סיי א באן פארבינדונג.

דאס שטעטל האט געהאט א אידישע קהילה. רבי שמואל שמעלקא רובין (אן אייניקל פון נפתלי ראפשיצער און שלום פון בעלזא) האט געפירט א רביסטעווע פון תרל"ה ביז זיין פטירה אין תרס"א. זיין נאכפאלגער איז געווען זיין זון רבי פנחס מנחם מענדל ביז ער איז אומגעקומען אינעם חורבן אייראפע.

איינער פון די אדמורי"ם פון וויזשניץ, ברוך האגער, דער "מקור ברוך" איז געווען שטאטס רב אין סערעט, און איז געווען דער גרינדער פונעם סערעט וויזשניץ הויף. נאך דער צווייטער וועלט מלחמה האט ער זיך באזעצט אין חיפה, וואו געפינט זיך דער פערטל פון די סערעט וויזשניצער חסידים.


Europe green light.svg דער ארטיקל בנוגע געאגראפיע פון אייראפע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!