רוי:היסטאריע פון קאנאדע
קאנאדע איז א לאנד פון 32 מיליאן איינוואוינער אין דער צפונ'דיגן טייל פון דער צפון אמעריקע קאנטינענט, זייענדיג דער וועלט'ס צווייטע גרעסטע לאנד לויט פלאך מאס.[1] קאנאדע האט אנטוויקלט פון א גרופע אייראפעישע קאלאניעס אלס א צוויישפראכיגע פעדעראציע, געווינען איר אייגנשאפט פרידליך פון איר לעצטן קאלאניסטישן הערשער, דאס פאראייניגטע קעניגרייך.
אייראפעישער קאנטאקט
קאנאדע'ס היסטאריע הויבט זיך אן נאך מיט הונדערטער יארן צוריק, ווען די אייראפעאישע האבן אנגעהויבן באזעצן די קאנאדער טעריטאריע וועלכע האט נאכגעפאלגט מיט א פינעף הונדערט יעריגער געפעכט צווישן די פריער באזעצטע אלט-געזעסענע איינוואוינער און די ניי געקומענע אייראפעאישע. דער ריכטיגער שטראם קיין קאנאדע האט זיך ערשט אנגעהויבן אין 876' ווען סיי די בריטישע און סיי די פראנצויזן האבן געשיקט טויזנטער מענטשן צו באזעצן און איבערנעמען די נארד אמעריקאנער טעריטאריע וועלכע געפינט זיך צפון צו די פאראייניגטע שטאטן. און ביז אין דעם צוואנציגסטן יאר-הונדערט האט זיך קאנאדע אויפגעבויט צו ווערן איינע פון די וועלט'ס קליינע גרופע פון רייכע, שטארק אינדוסטריאליזירטע, טעכנאלאגיש פארגעשריטענע, און געזונטע ארגאניזירטע דעמאקראטיעס. אין גרויסן טייל האט קאנאדע זיך אזוי שנעל געבויט א דאנק איר מאכטפולן שכן די פאראייניגטע שטאטן, מיט וועלכע זי פירט דורך ביליאנען דאלארן האנדל טאג טעגליך. די אנוועזנהייט פון די פאראייניגטע שטאטן איז אויך די סיבה פארוואס קאנאדע איז פון די באוואוסטסע דעמאקראטיעס אין דער וועלט, וועמענס פאליטישע פאראייניגונג און קולטוראלע אינדענטיטעט איז שטארק באוואוסט.
די אלט-געזעסענע מענטשן האבן שוין געוואוינט אין קאנאדע נאך אפשר מיט טויזנטער יארן צוריק. קיינער ווייסט נישט פונקטליך ווען זיי זענען אנגעקומען אבער זיי זאגן אז זיי זענען שוין דא זייט קאנאדע איז באשאפן געווארן... די אלט-געזעסענע זענען באשטאנען פון מינימום 11 באזונדערע גרויסע גרופעס מיט הונדערטער אינדיווידועלע שפראכן און וועגן פון לעבן. די משונה'דיגע בריות האבן געציילט ווייניגסטענס 300,000 ווען די אייראפעאישע האבן באטראטן די נארט אמעריקאנער ערד מיט 500 יאר צוריק. זיי האבן געוואוינט צוטיילט צו צוויי ראיאנען: דרום אנטאריא און די ווייט פאציפישע שטעט, אבער טראץ די ווייטקייט - פון א מהלך פון עטליכע וואכן אין יענע צייטן - וואס האט אפגעטיילט צווישן די צוויי ראיאנען האבן זיי אנגעהאלטן א שטארקע נאנטשאפט און האנדל. זיי האבן געלעבט פון נאטורליכע אוצרות ווי פיש, בהמות, אלע ערליי פלאנצונגען, און האלץ צום הייצן.
די ערשטע אייראפעאישע וואס האבן באטראטן די קאנאדער ערד זענען געווען די אזויגערופענע וויקינג קאלאניסטן פון איסלאנד און גרינלאנד. די גרופעס האבן פארלאזט אייראפע נאך מיט איבער 2,000 יאר צוריק אבער קיינער פון זיי האט זיך נישט צוריקגעקערט צו פארציילן די אייראפעאישע אז עס געפינט זיך נאך א קאנטינענט אויף דעם אנדערן זייט פון ים. באווייזן וואס מען האט געטראפן ארום 45 יאר צוריק אין נייפונדלאנד צייגן אז די וויקינג גרופעס האבן געהאט זייער שווערע שלאכטן מיט די אלט-געזעסענע אין מזרח קאנאדע. מיט דער צייט האבן די אייראפאישע פארלוירן קאנטאקט מיט די גרינלאנד אימיגרירער און אזוי ארום האבן זיי מער נישט געהערט פון נארט אמעריקע פאר הונדערטער יארן.
אין דעם 15טן יארהונדערט האט זיך צוריק אנגעהויבן די אייראפעאישע נייגער פאר נארט אמעריקע. דער ערשטער איז געווען אן איטאליענער פארשער וועלכער איז אנגעקומען קיין נייפונדלאנד און ער איז באלד נאכגעפאלגט געווארן דורך פארטוגעזישע וויסנשאפטלער, און עטליכע יאר שפעטער דורך א גרעסערע גרופע ענגלישע פארשער וועלכע זענען אנגעקומען צו פארשידענע אנדערע ערטער אין קאנאדע וועלכע האט געגעבן א שטיקל מאפע פאר די נייגעריגע פארשער פון קאנאדע'ס נאטורליכע אוצרות און ראיאנען. רוב פון די וואס זענען דעמאלט געפארן זענען מער קיינמאל נישט צוריקגעקומען, אבער פון אזויפיל פּראבעס האט מען געקענט ארויסברענגן א שטיקל מאפע וואס עס טוט זיך אפ אויפ'ן אנדערן זייט פונעם כדור הארץ.
די ערשטע דערפאלגרייכע מיסיע איז דורכגעפירט געווארן דורך פראנקרייך אין יאר 1534 ווען דער פראנצויזישער קעניג פרענציס דער ערשטער האט ארויסגעשיקט א גרופע אין שפיץ פון דעם וויסנשאפטלער דזשעק קארטיער צו געפינען רייכע ערטער אין נארט אמעריקע נאכדעם וואס שפאניע האט שוין געהאט געטראפן מעקסיקא. קארטיער האט דערגרייכט קוויבעק און דארט אפגעראכטן א גאנצן ווינטער מיט זיינע מענטשן. נאך דער ווינטער האט ער ארומגעקרייזט קוויבעק דורך די סעינט לארענט טייך און אראפגעמאלן א מאפע פון קוויבעק וועלכע ער האט באוויזן צוריק צוברענגן צו פרענציס. קארטיער האט דעמאלט א נאמען געגעבן די קאנטינענט "קאנאדע" וואס באדייט אין איינע פון די אלט-געזעסענע שפראכן א דארף. 6 יאר שפעטער האט פראנקרייך ארויסגעשיקט א ריזיגע גרופע פון קאלאניסטן צום נייעם לאנד קאנאדע און אויך די צווייטע מיסיע איז געווען דערפאלגרייך.
אין די קומענדיגע הונדערט יאר האבן מענטשן אנגעהויבן אימיגרירן קיין קאנאדע פון גאנץ אייראפע, מיט די האפענונג צו לעבן א רייכערע לעבן מיט קאנאדע'ס אוצרות. די מערסטע מענטשן זענען געקומען פון פראנקרייך, בריטאניע, שפאניע, און פארטוגאל . פארשטייט זיך אז די וואס האבן דורכגעלעבט די רייזע קיין נארט אמעריקע האבן זיך קיינמאל נישט צוריקגעקערט און די רעגירונג'ס פירער האבן נישט געהאט קיין השגה וואס עס גייט פאר אין נארד אמעריקע. ערשט אין 583' האט די בריטישע רעגירונג אראפגעשיקט א רעגירונג'ס דעלעגאציע קיין קאנאדע וועלכע איז אנגעקומען קיין נייפונדלאנד און צו זייער ערשטוינונג געפינען א ריזיגע פישינג אינדוסטריע, וועלכע איז געווען אנגעפירט דורך די שפאנישע און פארטוגעזישע אימיגרירער. די ענגלישע האבן באלד דערקלערט נייפונדלאנד אלס זייער אייגנטום און אריינגעברענגט פרישע מענטשן און געווער, און א קליינע ארמיי איז געגרינדעט געווארן וועלכע האבן ארויסגעשטויסן די שפאנישע און פארטוגעזישע פון די ראיאנען. די פראנצויזישע זענען נישט געווען פארמישט אין דעם קאמף ווייל זיי זענען געווען קאנצענטרירט אין קוויבעק און זענען נישט אריינגעטרעטן אין די נייפונדלאנד וואסערן. די פישינג אינדוסטרי איז דעמאלט געווען די איינציגסטע חיונה פון אלע נייע קאנאדער, אבער עס האט זיך שנעל געטוישט ווען די פראנצויזישע האבן אנגעהויבן האנדלען מיט פוטער וועלכע איז געווארן די רוקן-ביין פון קאנאדע'ס עקענאמיע אין די ערשטע צוויי הונדערט יאר.
די נייע קאנאדער איינוואוינער האבן אנגעהאלטן גאנץ גוטע באציאונגען מיט די אלט באזעצענע איינוואוינער. עס האבן אויסגעבראכן ווייניג קאנפליקטן, און ווען יא איז עס געווען וועגן האנדל און נישט איבער אייגנשאפט. די פוטער-האנדל איז גוט אויפגענומען געווארן ביי די אלט-געזעסענע פעלקער וועלכע האבן אזוי ארום געקענט געניסן פון אנדערע אייראפעאישע פראדוקטן וועלכע זיי האבן אין זייער לעבן נאך נישט געהאט געזען. די פאראייניגטע האנדל האט אריינגעברענגט די אלט-געזעסענע אונטער די אייראפעאישע דאמינאציעס, אבער נאך ביז היינט זענען די פארשידענע פעלקער אפגעטיילט אין קולטור און אין רעליגיע טראץ וואס זיי וואוינען און געניסן פון אלע פראגראמען פון די קאנאדישע רעגירונג. אין יענע צייטן האבן אלע רעגירונגן געהאט מיסיאנערן וועלכע האבן געהאלפן פארשפרייטן זייערע קולטורן. אסאך מיסיאנערן האבן געארבעט אויף די אלט-געזעסענע זיי צו טויפן צום קריסטליכן גלויבן אבער עס איז זיי קיינמאל נישט געלונגען.
אין יענע יארן האט געהערשט געפערליכע קרענק אין אייראפע וועלכע האבן אומגעברענגט טויזנטער, אויב נישט מיליאנען, מענטשן. די אייראפעאישע וואס זענען אנגעקומען קיין קאנאדע האבן מיט זיך מיטגעברענגט די קרענק וועלכע האט באלד אפעקטירט אויך די אלט-געזעסענע אייוואוינער איבערלאזנדיג שווערע טויזנטער טויטע און קראנקע. די צוויי שטערקסטע קרענק זענען געווען מיקמעק וועלכע האט אפגעווישט באלד ניינציג פראצענט פון די נייע קאנאדישע באפעלקערונג און אויך א שטארקע עפעדימיק אין דעם 17'טן יאר-הונדערט וועלכע איז שטארק צושפרייט געווארן אין מזרח קאנאדע און אומגעברענגט טויזנטער. די קאנאדער האבן שווער געארבעט אפצושטעלן די אלע מגפות דורך אריינברענגען די מערסט פארגעשריטענע וואקסינאציעס פון בריטען און פראנקרייך. אויך האט מען אויפגעשטעלט א אימיגראציע קאנטראל וועלכע האט נישט ערלויבט פאר אנגעשטעקטע אייראפעאישע אריינצוקומען אין לאנד.
דאס נייע פראנקרייך
איינמאל די פראנצויזישע רעגירונג האט געזען אז קאנאדע האט א מעגליכע ווערד פאר פוטער, פישינג, און נאך אוצרות; האט זי באקומען מער אינטערעסע פאר די ראיאנען וועלכע איז דעמאלט באקאנט געווארן אלס דאס נייע פראנקרייך. די פּראָקלאַמירטע נייע פראנקרייך האט געזאלט ארייננעמען דעם גאנצן סאנט לארענט טייך אין קוועבעק, האלב פון נופונדלאנד, און דער מיסיסיפי טייך מיט איר בארטן שטאט לואיזיאנא. די אלע געגענטער זענען געווען פיל מיט אלט-געזעסענע איינוואוינער וועלכע האט נישט אינטערעסירט די גאנצע פאליטיק און די פראנצויזישע געזעצן, אזוי לאנג ווי זיי האבן געהאט האנדל און פריינדשאפט מיט די פראנצויזן. די ענגלישע האבן נישט איינגעשטימט מיט פראנקרייך'ס פראקלאמאציע און האבן פרובירט שטערן די פוטער אינדוסטרי און אקופירן זייערע טעריטאריעס.
די קאנאדער פראנצויזן האבן פארלאנגט פון דער פראנצויזישער רעגירונג צו גרינדן קאלאניעס, אזוי ארום וועלן זיי קענען האבן די מאנאפאל אויף דער פוטער אינדוסטריע. די פראנצויזישע רעגירונג האט אבער נישט געהאט צופיל חשק דערצו ווייל עס וואלט געווען זייער א טייערע שפיל, ספעציעל ווען עס איז ווייט אוועק פון לאנד. מיט די יארן האבן די פראנצויזן דאס אויסגעבעהטן און די ערשטע קאלאניע איז געגרינדעט געווארן אין קוויבעק מיט'ן נאמען טשעמפלעין. מיט די גרינדונג פון איר ערשטע קאלאניע האבן די קאנאדער פראנצויזן אנגעהויבן איבערנעמען קאנטראל אויף די סעינט לארענט טייך. אלע איינוואוינער אין די נייע פראנקרייך האבן געשיקט זייערע סחורה קיין טשעמפלעין פון וואו די האנדל איז קאנטראלירט געווארן.
אין יאר 663' האט די נייע פראנקרייך נאך געהאט נאר דריי טויזנט איינוואוינער וועלכע האבן שווער געארבעט אנצוהאלטן זייער קאלאניע פון די בריטישע קעגנערשאפט. די אנפירער פון די קאלאניע האבן פארלאנגט די פראנצויזישע רעגירונג זאל שיקן א מיליטער זיי צו העלפן און זאל קוראזשירן מער מענטשן צו אימיגרירן קיין קאנאדע. דער דעמאלטדיגער קעניג לואיס דער זיבעטער האט געשיקט א מיליטער פון 1,200 מענער מיט א הויפן פון וואפן און אמוניציע. די נייע מיליטער האט גענומען פאזיציעס ארום די קוויבעקער גרעניצן, זיי צו היטן פון א בריטישע אינוואזיע וועלכע וואלט נישט געשטאנען ווייט. עטליכע יאר שפעטער האט דער קעניג לואיס קאמפיינט צווישן נישט פארהייראטע פרויען זיי זאלן אימיגרירן קיין קאנאדע און הייראטן די ביסעלע נייע פראנקרייך איינוואוינער וועלכע זענען געווען כמעט נאר מענער. לואיס האט באוויזן צוזאמענצושטעלן א גרופע פון 700 אומפארהייראטע פרויען וועלכע האבן צוזאמען אימיגרירט קיין קוויבעק און געהייראט די ארטיגע אייוואוינער, א שריט וואס האט אנגעהויבן בויען קוויבעק מיט א שנעלקייט. די פרויען גרופע איז באקאנט געווארן אין די היסטאריע אלס די "טעכטער פון קעניג", ווייל לואיס האט זיי אויסגעצאלט די שפּעזן צו פארן קיין קאנאדע. אין 681', קנאפע 18 יאר שפעטער, האט די באפעלקערונג צאל אין קוויבעק געהאלטן ביי 10,000 און אלעס איז געווען נאטורליך. די קליינע גרופע פאמיליעס זענען די זיידעס פון כמעט אלע 6.3 מיליאן פראנצויזיש רעדנדיגע וואס וואוינען היינט אין קוויבעק (רוב אימיגראנטן זענען שטענדיג געווען פון אייראפע אדער אזיע. די פראנצויזישע זענען מער קיינמאל נישט געקומען אין גרעסערע נומערן).
די קוויבעקער פראנצויזן זענען אויפגעוואקסן מיט ווייניג ערציאונג ווייל עס זענען כמעט נישט געווען קיין שולעס דארט, און די באפעלקערונג האט געוואוינט זייער צושפרייט. אבער ווי אזוי אימער, האבן זיי געהאט א בעסערע לעבן ווי די פראנצויזן אין פראנקרייך זעלבסט. געלט האט זיי נישט געפעלט און מען האט געלעבט גאנץ רואיג ווען אין פראנקרייך איז אין יענע צייטן געווען אסאך מלחמות און די עקאנאמיע איז פארשטייט זיך נישט געווען אין בעסטן ארדענונג. רוב מענטשן האבן דעמאלט געארבעט אין די פוטער אינדוסטרי און אסאך זענען געווען איינגעשריבן אין די מיליטער.
די ענגליש און פראנצויזישע קאנפליקטן
אין יאר 680' האט אויסגעבראכן פרישע קאנפליקטן צווישן די ענגלישע און די פראנצויזן איבער די פוטער אינדוסטרי וועלכע האט שפעטער געברענגט צו א קריג אין וועלכע די פראנצויזן האבן נישט געהאט קיין שוועריגקייטן צו געווינען, ווייל נאר זיי האבן געהאט א גוטע ארמיי אין יענע צייטן. די קריג האט זיך אריינגעצויגן ביז אין די היינטיגע פאראייניגטע שטאטן און די פראנצויזן האבן אינוואדירט ניו יארק און ניו ענגלאנד. דער אקט האט אויפגעברויזט די בריטישע רעגירונג וועלכע האט געסטראשעט ארויסצוטרייבן אלע פראנצויזן פון נארט אמעריקע אין א בלוטיגע קריג. עס האט נישט לאנג געדויערט ביז מען איז געקומען צו אן אפמאך און די פראנצויזן זענען צוריק קיין קוויבעק. עס איז טאקע נישט געקומען צו קיין קריג אבער עס איז געווען א גוטע לעקציע פאר בריטען אז זי ברויך אריינשיקן מער מיליטערישע כוחות קיין נארט אמעריקע אויב זי וויל אנהאלטן איר ארטיגע אימפעריע. אין די קומענדיגע יארן האט זיך טאקע אנגעהויבן א שטארקע פלוס, סיי פון ציווילע מענטשן און סיי פון מיליטערלייט, וועלכע האבן פארלאזט בריטען אויפצובויען איר מוטערלאנד'ס גרעסטע טערעטאריע - נארט אמעריקע. די בריטישע האבן זיך שטארק פארלייגט אויף מזרח קאנאדע און זיך באזעצט נעבן נייפונדלאנד און געגרינדעט א קאלאניע וועלכע זיי האבן א נאמען געגעבן נאווע סקאשע. יארן שפעטער איז געגרינדעט געווארן א קאמערציאלע וואסער פארט אין נאווע סקאשע וועלכע איז גערופן געווארן העליפאקס. העליפאקס איז היינט די גרעסטע קאמערציאלע וואסער פארט און דינט אויך אלס די מיליטער'ס גרעסטע פארט. אין קאנטראסט צו די ענגלישע נייע קאלאניע האבן די פראנצויזן נאכגעטאן די זעלבע, און זיך באזעצט אין די דערנעבנדיגע ראיאנען וועלכע זיי האבן גערופן איל סעינט דזשאן (היינט פרינץ עדווארד איילענד). עס איז געווען גאנץ רואיג פאר א לענגערע צייט ווען ביידע פעלקער האבן זיך געבויט. אין 755' האסן זיך די גוטע צייטן געענדיגט, ווען די בריטישע האבן אנגעהויבן מאכן פארשריט אין די פאראייניגטע שטאטן און איינגענומען אלע דעמאלטדיגע דרייצן שטעט און פארטריבן אלע פראנצויזן צו די נייע פראנקרייך. אויך די אינדיאנער פעלקער וועלכע האבן געקעמפט קעגן די ענגלישע זענען דעפארטירט געווארן קיין קוויבעק. די פראנצויזן האבן באלד מאבאליזירט א ריזיגע מיליטער, און עס האט אויסגעבראכן די היסטארישע נארט אמעריקען קריג וועלכע האט געדויערט באלד 10 יאר ביז די בריטישע האבן באקומען די אויבערהאנט און צוקלאפט די פראנצויזישע ארמיי אויף אזוי ווייט אז אפילו טיילן פון קוויבעק, אריינגעגרעכנט מאנטרעאל, זענען אריין אונטער בריטישע קאנטראל. אין יאר 763' זענען די נייע פראנקרייך'ס 65,000 איינוואוינער אריין אונטער בריטישע הערשאפט אין א טריטי וועלכע איז אונטערגעשריבן געווארן אין פאריז. די בריטישע האבן גענומען קאנטראל אויף קוויבעק, נייפונדלאנד און נאווע סקאשע וועלכע האט דעמאלט אריינגענומען א גרויסע טייל פון די היינטיגע פאראייניגטע שטאטן. קוויבעק אליינס איז דעמאלט געווען פון לאבראדאר ביז מיזורי. שפעטער האבן די בריטישע פארקלענערט קוויבעק.
די אמעריקאנער רעוואלוציע
נאך די בריטישע אינוואזיע האט בריטאניע פארלייגט אירע כוחות אין קוויבעק אנצוהאלטן איר קאנטראל אויף די פראנצויזן. די אמעריקאנער איינוואוינער האבן אויסגענוצט די געלעגנהייט און אנגעהויבן בויען א מעכטיגע ארמיי שטילערהייט. פופצן יאר שפעטער האט זיך אנגעהויבן די אמעריקאנער רעוואלוציע וועלכע האבן ארויסגעטראגן די בריטישע פירער פון די דרייצן אמעריקאנער קאלאניעס און האבן מארשירט אריין קיין קאנאדע און ארומגערינגלט קוויבעק. די ענגלישע זענען געכאפט געווארן אין סורפרייז, אבער האבן זיך געשטארקט און פארטריבן די אמעריקאנער פון קוויבעק. די אמעריקאנער רעוואלוציע האט מיט די יארן גערינדעט צוויי נייע לענדער אין די וועלט: די פאראייניגטע שטאטן אין יאר 783' און שפעטער קאנאדע. איבערבלייבנדיג נאר מיט קאנאדע האבן טויזנטער לאיאליסטן צו בריטען געוואלט מחזק זיין די נארט אמעריקע בריטישע אימפעריע, און האבן זיך אריבערגעצויגן קיין קאנאדע אנהייבנדיג צו באזעצן אלע געגנטער אין קאנאדע. עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז די ענגלישע האבן אין מערסטן טייל געוואוינט אין די העכערע טיילן פון מזרח קאנאדע און די פראנצויזישע אינעם נידעריגערן טייל. די בריטישע האבן דעמאלט באשלאסן איינצושטעלן צוויי באזונדערע קאנסטיטוציעס אין וועלכע די פראנצויזישע האבן געקענט איינפירן זייערע ציווילע געזעצן לויט זייער געשמאק. אין 812' האט די פאראייניגטע שטאטן דעקלערט קריג קעגן בריטען און האט אין ערשטן אקט אריינמארשירט קיין קאנאדע מיט'ן חשבון צו אינוואדירן די העכערע טייל פון קאנאדע גרינגערהייט, ווייל רוב איינוואוינער זענען נאך געווען ניי דארט ווייל זיי זענען נישט לאנג בעפאר געקומען פון די 13 קאלאניעס. די אמעריקאנער פירער האבן אבער געהאט א גרויסן טעות ווייל די בריטישע האבן דעמאלט געהאט די בעסטע ארמייען אין די וועלט און זיי האבן זיך שנעל מאביליזירט און צוריקגעשטויסן די אמעריקאנער אריבער די גרעניץ און אלס נקמה איינגענומען די שטאט דעטרויט. דורכאויס די קריג האט אטלאנטיק קאנאדע (וואס נעמט אריין קוויבעק, נייפונדלאנד און נאווע סקאשע) נישט געהאט קיין געפאר פון קריג ווייל די אמעריקאנער פאלק איז געווען צוטיילט איבער די קריג און די מזרח שטעט זענען געווען שטארק דערקעגן. דורכאויס די קריג האבן די אטלאנטיק קאנאדער איינוואוינער געזינקען שיפן וואס זענען דורכגעפארן דעם אטלאנטיק אקעאן. די אמעריקאנער כוחות האבן אבער גארנישט געקענט טאן, צוליב די גרויסע קעגנערשאפט פון די מזרח שטעט און די מורא פאר די בריטישע ארמייען אין קוויבעק. ממש ביי די ענדע פון די קריג האבן די אמעריקאנער כוחות דעגרייכט די שטאט יארק (היינט טאראנטא) און פארברענט איר הויפטשטאט, אבער אויך פון דארט זענען זיי שנעל פארטריבן געווארן ווייל די איינוואוינער האבן געשטעלט א העפטיגן ווידערשטאנד. די קריג האט זיך געענדיגט אין 815' מיט גאר שטארקע פארלוסטן פאר די פאראייניגטע שטאטן.
מאסן אימיגראציע
אין די אנהויב פונעם 19טן יארהונדערט האט זיך אנגעהויבן א מאסן אימיגראציע צו דער בריטישער נארד אמעריקע. די אימיגרירער זענען געווען פון ענגלאנד, סקאטלאנד און אירלאנד. אין אן ערך פון פופצן יאר האבן ארום א מיליאן מענטשן אימיגרירט קיין קאנאדע וואו די באפעלקערונג צאל איז געוואקסן צו 1.5 מיליאן איינוואוינער. ארום 650,000 אין די נידעריגערע טיילן, 450,000 אין די העכערע טיילן, און 300,000 אין אטלאנטיק קאנאדע. צווישן די אימיגראנטן זענען געווען בריטישע פון צוויי רעליגיע'ס: קאטויליקן און פראטעסטאנטן אבער ווי עס האט זיך מיט די יארן ארויסגעשטעלט זענען די קאטויליקן געבליבן א מינאריטעט אין קאנאדע. אין יענע יארן איז די געברויך פאר פוטער שטארק געפאלן און ווייניג אימיגראנטן האבן אויסגעקליבן אטלאנטיק קאנאדע. אנשטאט איז געהילץ געווארן די הויפט אינדוסטרי אין די עקאנאמיע, ווייל דורכאויס בריטענ'ס מלחמות מיט פראנקרייך האט בריטען פארלוירן איר געהילץ אינדוסטרי אין אייראפע און באלד אויפגעארבעט די אינדוסטרי אין קאנאדע. די האלץ אינדוסטרי האט זיך שטארק געהויבן און קאנאדע'ס האלץ איז געווארן וועלט באוואוסט. די בריטישע האבן געהאט א גוטע לעקציע מיט די פאראייניגטע שטאטן און האבן געוואלט פארזיכערן אז קאנאדע בלייבט אונטער די בריטישע אימפעריע און האבן דערפאר איינגעשטעלט די פארליאמענטרי סיסטעם מיט די פירערשאפט פון די מאנארך. דאס געזעץ האט פארלאנגט אז אלע מיניסטארן מוזן געשטעלט ווערן דורך די גאווערנער דזשענעראל און די לוטענאט גאווערנערס. מיט די יארן האט זיך אבער אנגעהויבן קאכן איבער באקומען מער אייגנשאפט רעכטן און אז די קאונסיל מיטגלידער זאלן ווערן ערוויילט דורכ'ן המון עם. די בריטישע רעגירונג האט נישט געוואלט נאכגעבן און עס האבן זיך באלד אנגעהויבן מאסן פראטעסטן קעגן דעם, וועלכע איז פארוואנדלט געווארן אין א באוואפנטע קעגנערשאפט וועלכע איז דורכגעפאלן נאכדעם וואס די בריטישע מיליטער האט אויסגעקוילעט אסאך רעבעלן פירער אין סעינט אוסטאדזש, קוויבעק. עטליכע יאר שפעטער האט זיך ווידער איבערגעשפילט דאס זעלבע ווען אנטלאפענע ענגלישע קיין אמעריקע האבן פרובירט מאכן א רעוואלוציע, עס איז אבער געווען א דורכפאל. אין יענע יארן האבן די פראווינצן געגרינדעט א פאראייניגטע פאליציי כח וועלכע איז א נאמען געגעבן געווארן די נארט-וועסט מאונטעד פאליציי, היינט די ראיעל קענעדיען מאונטעד פאליציי (אר-סי-עם-פי), צו העלפן אדמיניסטרירן די פראווינצן און האלטן ארדענונג אין לאנד.
קאנאדע קומט צושטאנד
פונקט ווי אנדערע בריטישע קאלאניעס האבן די בריטיש נארט אמעריקאנער איינוואוינער אנגעהויבן ארבעטן צו געווינען זעלבסטשטענדיגקייט. אבער עס איז זייער שווער געגאנגען ערשטענס ווייל די איינוואוינער וועלכע זענען געווען רוב בריטישע האבן געוואלט בלייבן געקניפט מיט בריטען, און בעיקר ווייל די בריטישע זענען געווען פאר'עקשנ'ט איבער איר אימפעריע און האבן נישט געוואלט פארלירן איר נארט אמעריקאנער באזע. די אקטיוויטעטן האבן זיך אנגעהויבן אין די ענדע 800' יארן ווען די אטלאנטיק פראווינצן האבן זיך צוזאמענגעזעצט אויף א זיצונג אין טשארלעטיטאון, פרינץ עדוואורד איילענד, וואו זיי האבן דיסקוסירט ווי אזוי צו פאראייניגן די עטליכע פראווינצן אונטער איין יוניאן. די אנדערע פראווינצן האבן אויך געשיקט רעפרעזענטיוון צו די זיצונג וועלכע האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א סוקסעס ווען מערערע פראווינצן האבן מסכים געווען זיך צו טרעפן ביי א גרעסערע מיטינג אין קוויבעק סיטי וואו פיר פראווינצן האבן אויפגעצויגן א דרעפט קאנפעדעראציע וואס האט געצווינגען די בריטישע רעגירונג אונטערצושרייבן די היסטארישע בריטיש נארט אמעריקען אקט אין וועלכע די דאמיניען אוו קאנאדע איז געבוירן געווארן פון קוויבעק, אנטעריא, ניו בראנסוויק און נאווע סקאשע. די שטאט אטאווע איז אויסגעקליבן געווארן פאר די הויפטשטאט צו סימבאליזירן די צוויי פעלקער (ענגלישע און פראנצויזן) שטייענדיג ביי די גרעניצן פון קוויבעק און אנטעריא. סיר דזשאן מעקדאנעלד איז אויסגעקליבן געווארן אלס קאנאדע'ס ערשטער פרעמיער מיניסטער. די ניי געגרינדעטע קאנאדע האט באוויזן זיך אויפצובויען זייער שנעל וועלכע איז געווען די סוקסעס פון די שפעטערדיגע פארגרעסערונג פון קאנאדע, ווייל די מערב פראווינצן פירער האבן געזעהן אז אלעס קלאפט און אויך זיי האבן די מעגליכקייט צו ווערן א טייל פון די רעגירונג. שפעטער האט די קאנאדע דאמיניען צוגעזאגט צו בויען א נאציאנאלע רעילוועי צו די מערב פראווינצן אויב די פראווינצן זענען גרייט זיך צו פאראייניגן. דאס איז געווען א גוטער שטופּ ווייל עס האט זיך שטארק געפאדערט רעילוועי טראנספארטאציע אין די מערב פראווינצן. א יאר נאך א יאר זענען אלע מערב פראווינצן אריין אין די קאנפעדעראציע מיט'ן אויסנאם פון נייפונדלאנד און לאבראדאר וועלכע זענען געבליבן אפגעטיילט ביז'ן יאר 949'.
די ערשטע יארן
פרעמיער מיניסטער מעקדאנעלד איז געבליבן אין אמט פאר 24 יאר, אויסער פיר יאר ווען מאקעניזיע האט אים באזיגט אבער באלד דערנאך צוריק פארלוירן. אין די יארן (867' ביז 891') האט ער אראפגעשטעלט אלע יסודות פון דער נייער זעלבסטשטענדיגע רעגירונג. אלע שטייערן און פראגראמען זענען איינגעשטעלט געווארן און פילע רעגירונג'ס אפיסעס זענען אויפגעשטעלט געווארן. די יארן זענען, צו מעקדאנעלד'ס מזל, געווען זאטע יארן און די עקאנאמיע האט זיך שנעל אויפגעכאפט. אויסער די נאטורליכע אוצרות האט זיך אנגעהויבן א פעסטע מאנופעקטשערינג אינדוסטרי אין די שטאט מאנטרעאל. די רעגירונג האט אסאך צוגעהאלפן צו די מאנופעקטשערינג אינדוסטריע און געגרינדעט ספעציעלע פראגראמען איר אויפצוארבעטן. מאנטעראל איז דעמאלט געווארן די אינדוסטריאלע הויפטשטאט פון קאנאדע. שפעטער איז עס אריבער קיין טאראנטא נאכדעם וואס די ענגלישע באפעלקערונג האט זיך אפגעטראגן פון קוויבעק ווען די פראנצויזן האבן אנגעהויבן שטורעמען קוויבעק און אויסגעטיילט צרות דורך זייערע טעראריסטישע גרופעס.
קאנאדע האט זיך גאר שנעל אויפגעבויט צו זיין איינע פון די וועלט'ס מערסט מאדערניזירטע לענדער, שאפנדיג א וועלט פון נייע מיליאנערן וועלכע האבן אנגעפירט מיט אלע ערליי ביזנעסער. אויך די רעגירונג איז נישט געשלאפן און אינוועסטירט אין גאר גוטע פראיעקטן וועלכע האבן געברענגט טויזנטער נייע דזשאבס. מעקדאנעלד האט געארבעט אויף קעסל און כלים ארומפארנדיג איבער די גאנצע וועלט צו ברענגן ביזנעס קיין קאנאדע. עס האט שטארק מצליח געווען און באוויזן צו עפענען האנדל מיט צענליגער לענדער איבער'ן וואסער. נאטורליך וואלט קאנאדע זיך נישט געקענט פארמערן ווען נישט זי האט אויפגעשטעלט איר אימיגראציע סיסטעם וועלכע האט מיט דער צייט געצויגן מיליאנען מענטשן צו קומען וואוינען. צווישן די יארן פון 901' ביז 911' האט דאס לאנד צובאקומען 34 פראצענט דורך אימיגראנטן וועלכע זענען על פי רוב געגאנגען צו די ענגליש רעדנדיגע געגנטן.
פרעמיער מיניסטער מעקדאנעלד איז געשטארבן אין אפיס אין 891' אבער זיין קאנסערוואטיווע פארטיי האט נישט געקענט ווייטער אנהאלטן די מאיאריטעט און זי האט פארלוירן צו ווילפריד לוריער, א קוויבעקער אדוואקאט וועלכער האט נישט געגליכן די קאנסערוואטיווע קאנפליקטן נאר ליבערשט די גרינגע וועג ארויס. ער האט אן א ברירה געמוזט אנהאלטן טייל פון מעקדאנעלד'ס איינגעשטעלטע קאנסערוואטיווע פאליסיס אבער האט געגעבן א נייעם אויסזעהן פאר קאנאדע ווען ער האט איר כסדר בארימט אלס די לאנד פונעם צוואנציג'סטן יאר-הונדערט. אין יענע יארן האט בריטען זיך געראנגלט אנצוהאלטן איר אימפעריע אין די וועלט, און האט געבעטן שטיצע פון אירע געוועזענע קאלאניעס. לוריער איז געווען א פראנצויזיש קאנאדער און האט נישט געהאט קיין חשק צו דעם אבער האט זיך פונדעסטוועגן צוגעשטעלט מיט לימיטירטע פאליסיס.
לוריער האט שוין נישט געקענט אנהאלטן זיין בענקל אזוי לאנג צוליב פראבלעמען מיט וואס ער האט זיך אנגעשטויסן מיט די ענגלישע ווען ער האט געהאט אנדערע מיינונגן אין יעדע עקאנאמישע אישו. אין 91' האט ער פארלוירן די פעדעראלע וואלן, און די קאנסערוואטיוון זענען צוריק אריינגעקומען און געשטעלט איר דעמאלטדיגער פירער ראבערט בארדען אלס פרעמיער מיניסטער פון קאנאדע.
די ערשטע וועלט מלחמה
כאטש קאנאדע האט זיך געהאט איינגעשטעלט איר אייגענע רעגירונג סיסטעם און איר קאנטראלירט כמעט אויף הונדערט פראצענט, האט זי אבער נאך נישט געהאט קיין שום זעלבסטשטענדיגע אויסערן פאליסי ווען די ערשטע וועלט קריג האט אויסגעבראכן אין 914'. בריטאניע'ס דעקלעראציע פון קריג אויף דייטשלאנד האט אין יענע יארן געמיינט אז די גאנצע אימפעריע אריינגערעכנט קאנאדע איז אויטאמאטיש אריינגעצויגן אין דער מלחמה. די רעגירונג האט צו ערשט געשיקט א מיליטער פון 35 טויזנט מענער אבער האט עס שפעטער געטריפעלט פילפאכיג ביז 150,000 טרופן נאכדעם וואס קאנאדע האט געליטן אסאך קרבנות. די קאנאדער כוחות האבן דערנאך געהאט היבשע נצחונות וועלכע האט געברענגט מער יונגע צו די מיליטער. אין 916' האט פרעמיער מיניסטער בארדען צוגעזאגט אז ער וועט צושטעלן א האלב מיליאן קעפ ארמיי, אלע וואלונטירן פון א 8 מיליאן באפעלקערונג צאל.
דאס לאנד האט אין די מלחמה יארן באקומען אן אנדער געשטעל ווען אלע ביזנעסער האבן געארבעט פאר די מיליטער, און די פרויען האבן איבערגענומען א גרויסן טייל פון זייערע מענער'ס ביזנעסער. די רעגירונג האט דעמאלט איינגעשטעלט די ערשטע איינקונפט שטייערן אלס א צייטווייליגער פראגראם צו קענען שאפן געלט פאר די קריג. די פרויען האבן ביי די מלחמה באקומען מער רעכטן און האבן צום ערשטן מאל געקענט גיין שטימען. דורכאויס די קריג איז דאס לאנד געווען צושפליטערט אין צוויי נאכדעם וואס בארדען האט געהאט פראבלעמען מיט זיינע מלחמה פאליסיס קעגן די ענגלישע. צו פארמיידן פראבלעמען האט ער געגרינדעט א קאאליציע רעגירונג מיט דער ליבעראלער אפאזיציע, אבער עס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א פאטאלער טעות נאכדעם וואס די ליבעראלן זעלבסט האבן זיך צוטיילט מיט זייערע מיינונגען.
ווי דערמאנט איז קאנאדע אריינגעשלעפט געווארן אין קריג אלס א טייל פון בריטן, אבער נאך די קריג זעענדיג וויפיל טרופן זי האט פארלוירן (ארום 60,000 טרופן זענען אומגעקומען) האט דאס אנגעהויבן ברענגן מער סאוורענטי צווישן די רעגירונג'ס לייט און אויך ביים פאלק. עס האט נישט לאנג געדויערט און די פארלאמענט האט זיך געוואנדן צו די בריטישע רעגירונג מיט'ן פארלאנג צו באקומען אן אייגענע פאליסי מאכט אין אויסערן פאליטיק. בריטען האט נישט געלייגט קיין גרויסע ווידערשטאנד און די קאנאדער האבן עס אנגענומען אלס א באשטעטיגונג און זיך איינגעשריבן אלס א מיטגלידער אין די נארוואס געגרינדעטע ליג אוו נעישאנס. מיט דעם שריט איז קאנאדע געווארן כמעט 100 פראצענט זעלבסטשטענדיג מיט'ן אויסנאם אז די סופרים קארט האט נאך נישט געקענט טוישן אדער אויפברענגן נייע געזעצן אין די קאנסטיטוציע. קאנאדע האט ערשט באקומען די רעכטן אין 1982.
מיט די יארן נאך די קריג האט קאנאדע אפגעלאזט כמעט אלע ערנסטע פארבינדונגן מיט בריטאניע און האט אנגעפאנגן טאן ערנסטע האנדל מיט די פאראייניגטע שטאטן וועלכע איז גרייט געווען צו אינוועסטירן אין איר דערנעבנדיגן דעמאקראטישן שכן. איינע פון די ערשטע זאכן איז געווען מידיע. די אמעריקאנער האבן אויפגעשטעלט ריזיגע פירמעס וועלכע האבן פראדוצירט אלע מידיע געברויכן פאר די אמעריקאנער מידיע פירמעס. זיי האבן אויך אויפגעשטעלט עטליכע לאקאלע מידיע פירמעס און פרינטינג פאבלישערס. אויס מורא אז די אמעריקאנער וועלן איבערנעמען די קאנאדער מידיע, האט די קאנאדער רעגירונג אויפגעשטעלט די פובליק סי-בי-סי בראדקעסטינג וועלכע האט סערווירט ראדיא און טעלעוויזיע פאר אלע קאנאדער איינוואוינער אויף ענגליש און אויף פראנצויזיש.
די מלחמה נאכווייען
ווי עס איז באקאנט האט נארט אמעריקע געהאט גאר שוואכע צייטן אין די 920' יארן וועלכע איז נאכגעפאלגט געווארן מיט א שטארקע דעפרעסיע אין די 930' יארן. די דעפרעסיע האט רעדוצירט איר האנדל צו האלב און מענטשן זענען נישט גרייט געווען צו אינוועסטירן אין סיי וועלכע סארט ביזנעס. אין קאנאדע האט די דעפרעסיע נישט אזוי שטארק געכאפט ווי אין די פאראייניגטע שטאטן אבער עס האט געהערשט א שטארקע צומישעניש אינערהאלב דאס לאנד און מענטשן האבן אפען שפעקולירט אויב קאמוניזם זאל באטראכט ווערן, ספעציעל איז די געדאנק געווען אנגענומען ביי אימיגראנטן. (מען מוז דא באמערקן אז אין יענע יארן איז קאמוניזם געשטאנען אין אירע בעסטע צייטן און א גרויסע טייל פון די וועלט איז געווען קאמוניסטיש. די קאמוניסטן האבן פרובירט פארשפרייטן און איבעררעדן אויך אנדערע לענדער איינצושטעלן די קאמוניסטישע סיסטעם). אין יענע יארן זענען די ליבעראלן געווארן זייער שטארק און זייער פירער וויליאם ליאן מאקענזיע קינג איז געווארן א וויכטיגע פיגור אין קאנאדע. מיט דער צייט האט ער באוויזן צו געווינען די מאיאריטעט און צוזאמענגעשטעלט א ליבעראלע רעגירונג און געווארן פרעמיער מיניסטער. ער איז געווען דער ערשטער פרעמיער מיניסטער אין קאנאדע וואס איז אויסגעקליבן געווארן נאך אן אמעריקאנער סטיל קאנווענשן וואו אלע פארטייען קומען זיך צוזאם אונטער איין דאך צו דיסקוסירן אפען זייערע פאליסיס. קינג איז געווען גאר א געלונגענער פאליטישן און געהאט גוטע מזל אין זיינע יארן אלס פרעמיער מיניסטער.
ווען די דעפרעסיע יארן זענען אנגעקומען האבן טויזנטער פארלוירן זייערע דזשאבס און זיך אנגעוואנדן צו וועלפעיר וועלכע איז שוין דעמאלט געפירט געווארן דורך די פראווינציאלע רעגירונגען. אבער פון אזויפיל אפליקאנטן און ווייניג ארבייטערס האט די וועלפעיר ממש געהאלטן ביים קראכן, דראענדיג טויזנעטער ארימע איינוואוינער צו בלייבן אן א שטיקל ברויט צו עסן. קינג האט דעמאלט געטאן א קלוגע שריט און צוגעמאכט די גרעניצן פאר אימיגראנטן צום ערשטן מאל אין דורות און האט אפילו אויסגעליפערט אימיגראנטן וועלכע זענען נישט לאנג בעפאר אנגעקומען און אזוי געראטעוועט די וועלפעיר פון אונטערגאנג וואס וואלט געמיינט א נאציאנאלע קאטאסטראפע. ווען די יארן זענען פארלאפן און די עקאנאמיע איז נאך אלס נישט בעסער געווארן האט דאס פאלק אנגעהויבן צו קריטיקירן קינג'ס ליבעראלע רעגירונג און ערוועלט א נייעם פרעמיער מיניסטער אין 930'. דער נייער פרעמיער מיניסטער ריטשארד בינעעט, א קאנסערוואטיוו, האט באקומען שטיצע אויף עטליכע צוזאגס צו העלפן די עקאנאמיע דורך שאפן נייע דזשאבס אבער ווען עס איס געקומען דערצו האט ער גארנישט געקענט טאן און דער מצב איז גאר פארערגערט געווארן אויף אזוי ווייט אז מען האט געקענט זעהן פערדן וואס שלעפן אויטאמאבילן ווייל זייערע בעלי בתים האבן נישט געהאט קיין געלט צו קויפן געזאלין. דאס פאלק האט אנגעהויבן אונטערצוהאקן בינעעט און צייטונגן האבן באצייכנט די פערדן וואס שלעפן אויטאמאבילן אלס די בינעעט וואַגאָנען. עס האט אויסגעבראכן שטארקע פּראטעסטן און טויזנטער האבן אנגעהויבן מארשן קיין אטאווע און ארומגערינגעלט דעם פארלאמענט געביידע גרייטנדיג אנצוגרייפן בינעעט און זיינע געהילפן. די רעגירונג האט אריינגעשיקט פאליצייאישע כוחות וועלכע האבן פארטריבן די מאסן אומברענגנדיג צענדליגער. א פאליצייאישע טשיף איז אומגעבראכט געווארן אלס נקמה און נאך צענדליגער פאליציאנטן זענען ערנסט פארוואונדעט געווארן.
עס זענען אין יענע יארן געגרינדעט געווארן עטליכע נייע פארטייען וועלכע האבן אלע אויסגעלייגט נייע פלענער וואס מען קען טאן צו ראטעווען די עקאנאמיע. עטליכע פון די נייע פארטייען האבן זיך צוזאמענגעשמאלצן און געגרינדעט די סי-סי-עף פארטיי וועלכע איז געווארן די דריט גרעסטע פארטיי אין קאנאדע נאך די ליבעראלן און קאנסערוואטיוון. די פארטיי האט שטארק קריטיקירט די ליבעראלע פינאציעלע סיסטעם באשולדיגנדיג איר אלס די הויפט פראבלעם. די בינעעט רעגירונג האט איינגעזעהן אז זיי זענען אויף צרות און האבן אדאפטירט א שפאגל נייעם פלאן מיט'ן נאמען די בינעעט דיל. דער פלאן האט געלויטעט צו געבן ארבייטער מינימום געהאלט און מאקסימום שעות און אזוי ארום ברענגען נייע דזשאבס און איינשטעלן אן אנעמפלוימענט אינשורענס פראגראם. עס האט אבער שוין גארנישט געהאלפן פאר בינעעט און די ליבעראלן האבן צוריקגעווינען די רעגירונג און קינג איז צוריקגעווארן פרעמיער מיניסטער. קינג האט באלד צושטערט בינעעט'ס נייע פלענער דורכ'ן באצייכענען איר אלס אומקאנסטיטוציניאל.
די צווייטע וועלט קריג
די עקאנאמישע מצב אין קאנאדע האט זיך קוים ערהוילט ווען די צווייטע וועלט קריג האט אויסגעבראכן אין 39' צווישן די אליאירטע און די אקסיס לענדער, אנגעפירט דורך דייטשלאנד. קאנאדע האט אריינגעטרעטן אין די קריג נאך אין 40' זייענדיג ביי דער מיינונג אז זי וועט סיי ווי נישט קענען פארמיידן קריג נאך צו לאנג. פרעמיער מיניסטער קינג האט געהאפט אז קאנאדע וועט נישט דארפן שיקן קיין טרופן איבער'ן וואסער נאר וועט צושטעלן מיליטערישע עקוויפמענט און טרענירונג. אבער אלע זיינע פלענער זענען געווען לטמיון ווייל די רעגירונג האט באלד איינגעזען אז נאצי-דייטשלאנד איז א געפאר פאר די גאנצע וועלט און אלע לענדער מוזן אנטייל נעמען אין די שלאכטן. די קאנאדישע ארמיי וועלכע איז שפעטער געשיקט געווארן קיין אייראפע איז נאר באשטאנען פון וואלונטירן און האבן געהאלפן באשיצן די בריטישע ארמייען און סובמארינען וועלכע זענען אטאקירט געווארן אן אויפהער דורך די דייטשן. נויטנדיג זיך אין מער מיליטער האט זיך אנגעהויבן אן אישו אויב מען זאל ארויפצווינגן מיליטערישע שטעלונג אויף אלע בירגער העכער 18 יאר אלט. די ענגלישע האבן באלד איינגעשטימט אויף אזא פלאן אבער די פראנצויזן האבן דאס אפגעווארפן. קינג האט אבער געהאט אסאך דרוק פון די קאנסערוואטיוון באלד איינצושטעלן דעם מיליטערישן פליכט סיסטעם אבער מיט גאר שטארקע קעגנערשאפט פון קוויבעק האט ער אפגעזאגט זיין דעפענס מיניסטער דזשעי על רעלסטאן וועלכער איז געווען דער הויפט שטיצער פון דעם סיסטעם. עס האט נאר געהאלפן אויף דערווייל אבער ווי נאר די קריג איז אריין אין איר צווייטע פאזע אין 44', ווען די ערנסטע שלאכטן האבן זיך אנגעהויבן אין פראנקרייך און נאך אזויפיל קאנאדישע פארלוסטן אין די געוועזענע יארן, איז דער סיסטעם בלית ברירה צוריק איינגעפירט געווארן. ווי ביי די ערשטע וועלט קריג האט זיך דאס בילד פון לאנד געטוישט ווען אלע מענער האבן אנגעהויבן דינען מיליטער און די פרויען האבן ווידער איבערגענומען די ביזנעסער. ווי נאר די פאראייניגטע שטאטן האט דעקלערט קריג קעגן יאפאן האט קאנאדע צוזאמענגענומען אלע אירע יאפאזענער איינוואוינער און זיי קאנצענטרירט אין צענטער פון לאנד און צוגענומען אלע זייערע פארמעגנס און זיי פארקויפט פאר געלט. ווען די קריג האט זיך צושפרייט אין די גאנצע וועלט האבן קאנאדער כוחות געקעמפט אומסוקסעספול אין האנג קאנג (א בריטישער קאלאניע אין יענע צייטן) זיי צו באשיצן פון א יאפאנעזער אינוואזיע. אויך האט די מיליטער געהאט דורכפאלן אין פראנקרייך וואו זי האט געקעמפט צו באפרייען די וואסער-פארט אין דיעפע, פראנקרייך פון דייטשע הענט. די קאנאדישע מיליטער האט אויך געקעמפט אין איטאליע אין 43' און שפעטער גענומען א גרויסע טייל אין די היסטארישע די. דעי אינוואזיע אין נארמאנדי, נאכפאלגנדיג פון שווערע קאמפן צו באפרייען צפון פראנקרייך פון דייטשע אקופאציע ביז די ענדע פון די קריג. אין די 6 יאר פון די קריג האט קאנאדע פארלוירן 42,000 סאלדאטן.
די צווייטע וועלט קריג איז גוט צוניץ געקומען פאר קאנאדע'ס עקאנאמיע וועלכע האט זיך גאר שטארק געשטארקט דורכאויס די קריג. די עקאנאמישע שטארקייט איז געווען אסאך צו פארדאנקען דעם דעמאלטסדיגן מיניסטער פון אמוניציע און סופלייס סי.די. האווי, וועלכער האט איינגעשטעלט א סיסטעם פון צענטראלע פלאנירונג וועלכע האט געצאלט אלע פירמעס געהאלט און קאנטראלירט די פרייזן (זייער ענליך צו די קאמוניסטישע סיסטעם). די פירמעס האבן פראדוצירט אלע ערליי מיליטערישע עקוויפמענט ווי טאנקען, טראקס, פליגערס און אויפרייס מאטריאל. נאך די קריג האט האווי צוריקגעשטעלט די עקאנאמיע צו א פרייע ביזנעס סיסטעם. ווען די קריג האט זיך געענדיגט איז מאנופעקטשערינג געשטאנען אסאך העכער ווי בעפאר די קריג און האט געגעבן דעם שטופ אויף ווייטער ביז די עקאנאמיע איז געווארן סטאביל, ווערנדיג איינע פון די וועלט'ס שטערקסטע עקאנאמיעס.
קאנאדע נאך דער צווייטער וועלט מלחמה
קינג איז געבליבן פרעמיער מיניסטער אויך נאך דער קריג ביז זיין פענסיאנירונג אין 1948, זייענדיג דער לענגסטער פרעמיער מיניסטער אין קאנאדע'ס געשיכטע. ער האט געדינט אין אמט 21 יאר מיט אן איבערהאקונג פון עטליכע יאר ווי פריער דערמאנט. די יארן נאך די קריג זענען געווען וויכטיגע יארן פאר קאנאדע'ס צוקונפט ווען אלע לענדער אין די וועלט האבן זיך צוריק אויפגעבויט און אנגעהויבן פרישע האנדל אינטערנאציאנאל. אין די עטליכע יאר נאך די קריג זענען רוב פון די היינטיגע סאציאלע פראגראמען פארגעשטעלט און איינגעשטעלט געווארן. אין א גרויסן טייל קומט צו פארדאנקען די דעמאלטסדיגע סי-סי-עף סאציאלע פארטיי וועלכע האט פארגעשטעלט און פארלאנגט א טייל פון די פראגראמען און נאר א דאנק איר שטארקייט איז די ליבעראלע רעגירונג געווען געצווינגען זיי איינצושטעלן. דער גרעסטער ביישפיל איז געווען די מעדיקעיר פראגראם (א סיסטעם אין וועלכע די פעדעראלע רעגירונג באצאלט אלע מעדיקעיט קאסטן פאר אלע בירגער) וועלכע איז פארגעשטעלט געווארן דורך פרעמיער טאמעס טאמי פון סעסקעטשווען און איז איינגעשטעלט געווארן אין גאנצן לאנד אין 966'. דאס קאנאדער פאלק האט שטארק מורא געהאט פאר א פרישע דעפרעסיע, אבער זענען איבערראשט געווארן זעענדיג ווי זייער לאנד צוזאמען מיט איר גרויסן שכן בויען זיך אויסערגעווענליך ווען די גאנצע איבריגע וועלט איז געווען חרוב ונחרב און ארויסגעקוקט אויף הילף פון די פאראייניגטע שטאטן. די עקאנאמיסטן האבן זיך פארלייגט צוריק אויפצובויען איר האנדל מיט די לענדער וועלכע זי האט געהאנדעלט בעפאר ווי בריטען און אייראפע אבער די ריכטיגע וואוקס איז געווען צווישן די צוויי שכינים: קאנאדע און די פאראייניגטע שטאטן. גאר אסאך אמעריקאנער אינוועסטמענטס זענען אנגעקומען קיין קאנאדע און די מאנופעקטשערינג און אוצרות אינדוסטריעס זענען געוואקסן אן אויפהער. צו אלע מזל איז אין דער זעלבער צייט אנטדעקט געווארן די אלבערטא אויל פעלדער וועלכע האט געמאכט די פראווינץ איינע פון די רייכסטע אין קאנאדע. עס זענען צוגעקומען צענדליגער טויזנטער נייע דזשאבס אין אלע אפטיילונגן. צוביסלעך איז די ארבעטס קראפט געווארן מער ארגאניזירט און שטארק און א גרויסע טייל ארבעטער זענען אריין אונטער די יוניאנס.
אויך די באפעלקערונג איז שטארק געוואקסן אין יענע יארן; ערשטנס צוליב די אזויגערופענע "בעיבי בום" (א שטארקע פארמערונג אין די געבורט'ס ראטע), א פלוס פון אימיגראציע, און די פאראייניגונג פון נופאונדלענד און לאבראדאר וועלכע האבן ביז דעמאלט נאך באלאנגט צו בריטען און זענען אינאיינעם געווארן קאנאדע'ס צענטע פראווינץ ארויפרוקנדיג די באפעלקערונג צאל צו נאך עטליכע הונדערט טויזנט. צווישן די יארן פון 46' ביז 61' איז די באפעלקערונג צאל געשטיגן מיט פופציג פראצענט פון 12 מיליאן צו 18 מיליאן איינוואוינער. די זעלבע קאנאדע וואס איז שטענדיג געווען באוואוסט מיט ווייניג אייוואוינער צושפרייט אויף די וועלט'ס דריטע גרעסטע שטח איז מיט איינמאל געווארן זיבעציג פראצענט אורבאן (די איינוואוינער קאנצעטרירט אין די ביזנעס שטעט). בראדקעסטינג איז געווארן פיל גרעסער, און יעדע הויז האט געהאט די מעגליכקייט צו האבן ראדיא און טעלעוויזיע. די אמעריקאנער בראדקעסטינג פירמעס זענען געווארן זייער שטארק אין קאנאדע און די פעדעראלע באורד אוו בראדקעסטינג האט געזעהן א פראבלעם דערין אז עס וועט אוועקנעמען די קאנאדער קולטור און אינדענטיטעט. זי האט דערפאר אויפגעצויגן א געזעץ אז 55 פראצענט פון בראדקעסטינג מוזן זיין פון קאנאדער פירמעס. נאך די קריג האט קאנאדע גענומען אן אקטיווע ראלע אין אינטערנאציאנאלע פריינטשאפט. קאנאדע האט זיך אנגעשלאסן אין נאט"א, א מיליטערישע אלייענץ געגרינדעט אין 49', צו באשיצן אייראפע פון קאמוניסטישע אטאקעס. אויך האט זי זיך אנגעשלאסן אין די נארט אמעריקן עיר דעפענס אגרימענט, וועלכע איז שפעטער געווארן די עראספעיס אגרימענט אין וועלכע די פאראייניגטע שטאטן האט פארזיכערט קאנאדע'ס הימלען פון פיינטליכע אטאקעס אלס אן אגרימענט פון גאנץ נארט אמעריקע. קאנאדע האט צוגעשטעלט מיליטערישע כוחות צו די יונייטעד נעישאנ'ס קאמפיין צו באשיצן דרום קארעא אין די קארעאן קריג צווישן די יארן פון 50' ביז 53'. אין דעם זעלבן יאר האט קאנאדע אנגעפאנגען פארשידענע הילפס פראגראמען פאר אומאויפגעארבעטע לענדער אלס א טייל פון די קאלאמבא פלאן וועלכע איז געמאכט געווארן דורך אלע קאמאנוועלט לענדער צו באקעמפן ארימקייט וועלכע איז געווען די שטערקסטע שטופ צו קאמוניזם. קאנאדע'ס דימפלאמאט און פאליטישן לעסטער פערסאן (שפעטער פרעמיער מיניסטער פון קאנאדע) האט געווינען די נאבעלע שלום פרייז אין 56' פאר'ן שליכטן די סועץ קאנאל קריזיס דורכ'ן איינשטעלן שלום טרופן אין די ראיאן. זינט די סועץ קריזיס איז קאנאדע באוואוסט געווארן אין די וועלט אלס די נאציאן וועלכע איז צו קליין צו זיין א מיליטערישע מאכט אבער גענוג גרויס און שטארק צו אקטן אלס א פארמיטלער אין וועלטליכע געשעענישן.
די ליבעראלן האבן אנגעהאלטן די מאכט ביז אין 57' ווען די קאנסערוואטיוון האבן איר באזיגט מיט דזשאן דיפענבאקער אלס פרעמיער מיניסטער. דיפענבעיקער איז געווען אן אדוואקאט פון סעסקעטשווען וועלכער האט בעיקר געווינען ווייל די ליבעראלן זענען שוין צו לאנג געווען אין מאכט. ער איז געווען א געלונגענער פרעמיער מינסטער און אסאך צוגעהאלפן צו קאנאדע'ס עקאנאמישע וואוקס. עס האט אבער נישט לאנג געדויערט און די ליבעראלן האבן צוריקגעווינען די רעגירונג אין 63' מיט דעם אויסנאמען געלונגענער דימפלאמאט פערסאן. אינעם קאמפיין האט פערסאן קריטיקירט דיפענבעיקער פאר זיין קעגנערשאפט צו די אויפבוי פון נוקלעארע וואפן באזעס אין קאנאדע וועלכע פערסאן האט באלד גענומען אויספירן ווי נאר ער איז אריין אין אפיס. אין זיינע יארן האט ער אסאך אויפגעטאן אין סאציאלע פראגראמען און געגרינדעט א נייע קאנאדער פאן וועלכע אנטהאלט א רויטע מעיפל בלעטל. פערסאן האט באמת קיינמאל נישט געהאט קיין מאיאריטעט אין די הויז אוו קאמאנס אבער האט געקענט פארבלייבן אין אמט ווייל די אפאזיציע איז אין יענע יארן געווען צוטיילט ווען די ניו דעמאקראטיק פארטיי איז שטארק געווארן.
פראנצויזיש קאנאדער נאציאליניזם
דורכאויס די יארן וואס דיפענבעיקער איז געווען פרעמיער מיניסטער האבן זיך די פראנצויזישע איינוואוינער ארויפגעארבעט אין אלע סעקטארס, ווי אויך אין די רעגירונג. די צייטן איז שפעטער נאמינירט געווארן אלס די שטילע רעוואלוציע. מיט דער צייט האבן די פראנצויזן אנגעהויבן פארלאנגען זעלבסטשטענדיגקייט און זיך פרובירט אריינצודרייען אין די העכסטע רעגירונג'ס ראנגען צו קענען דעגרייכן זייער ציל. די ליבעראלע פרעמיער'ס אין די זעכציג'ער יארן האבן נישט צוגעשטימט צו דעם געדאנק אבער האבן געארבעט אויף אלע באקן צו געבן די קוויבעקער רעגירונג וואס מער מאכט און אזוי ארום צופרידן שטעלן די פראנצויזן.
אין 965' איז פיער טראדאו, א קוויבעקער אדוואקאט, אריין אין פעדעראלע פאליטיק און אנגעהויבן קאמפיינען צו פראמאטירן די פראנצויזישע מאכט אין אטאווא. טראדאו האט גע'טענה'ט אז אויב גאנץ קאנאדע וועט ווערן אפיציעל צוויי-שפראכיג וועט עס זיין גענוג צו הייבן די פראנצויזישע אספיראציע און די רעגירונג וועט נישט מוזן געבן מער מאכט פאר די פראווינצן. טראדאו האט באקומען אסאך שטיצע און האט אין 68' געווינען די ליבעראלע פירערשאפט און געווארן פרעמיער מיניסטער פון קאנאדע. ער האט אנגעהאלטן זיין בענקל פאר באלד 20 יאר מיט א קורצע איבערהאקונג אינדערמיט. דורכאויס זיין טערמין האט ער באקומען מאסיווע שטיצע פון קוויבעק טראץ וואס מיט דעם האבן די קוויבעקער געשטיצט נאציאליניזם. אין 69' האט טראדאו דורכגעפירט זיין צוזאג אין קאנאדע איז געווארן אפיציעל ביילינגיול און די רעגירונג האט אנגעהויבן געבן סערוויס אין ביידע שפראכן פון איין עק לאנד ביז די אנדערע.
אין יענע יארן האבן טייל עקסטרעמע פראנצויזן געגרינדעט א טעראריסטישע גרופע מיטן נאמען "פראנט דא ליבערעישן דא קוויבעק" (עף-על-קיו) וועלכע האט אנגעהויבן אטאקירן יעדער פאליטישן וואס האט זיך אקעגן געשטעלט זייערע פלענער. אויך האט זיך דעמאלט געגרינדעט די פי-קיו פארטיי דורך דעם בראוון פאליטישן רענע לאוועק, א מיטגלידער אין דעם דעמאלטסדיגן פרעמיער ליסעג'ס קאבינעט. לאוועק'ס קאמפיין האט פארשפראכן צו זיין אן עקאנאמישער שותף מיט קאנאדע אבער אויסער דעם וועט זי זיין אינגאנצן אפגעטיילט. לאוועק האט באקומען אסאך שטיצע און האט באקומען א פערטל פון די שטימען אין די וואלן א קורצע צייט שפעטער.
מיט וואס א יאר שפעטער האבן די פראנצויזן אנגעהויבן מער שטורעמען ביז עס איז געקומען צו א קריזיס אין 1970 ווען די טעראריסטישע עף-על-קיו גרופע האט געקינדנעפט א קוויבעקער פאליטישן פיער לאפוט, און א בריטישער דימפלאמאט דזשעימס קראס, און פארלאנגט אז די רעגירונג זאל באפרייען עטליכע עף-על-קיו טעראריסטן וועלכע האבן געשמאכטעט אין טורמע. די קאנאדער רעגירונג האט אפגעווארפן זייער פארלאנג און דעקלערט דעם שריט אלס א קריג'ס מאסנאמישע אקט וועלכע האט איר אויטאריזירט אריינצושיקן די מיליטער קיין מאנטרעאל און אויספירן מאסן ארעסטן. אויב עס איז נישט געווען גענוג אנגעצויגן אויף די גאסן האט עס נאכמער אויסגעפלאצט נאכדעם וואס די טעראריסטן האבן אומגעברענגט לאפוט. קורץ דערנאך האבן די טעראריסטן באפרייט דעם אנדערן פארכאפטן פאר די אויסטויש אז זיי וועלן קענען אנטלויפן קיין קובא פארזיכערטערהייט. די רעגירונג האט באלד מאבאליזירט די אר.סי.עם.פי. (קאנאדע'ס פארגעשריטענסטע פאליציי און קאנטער טעראריזם אגענטור) וועלכע האבן באוויזן צו כאפן און ארעסטירן די קינדנעפער, וועלכע זענען געשטעלט געווארן צו א געריכט און פאראורטיילט געווארן צו לעבנסלענגליכע טורמע טערמינען פאר ערשטע דעגרי מערדעריי. דער קריזיס האט אינגאנצן אויפגעלעזט די עף-על-קיו ארגאניזאציע און די רעשטלעך האבן זיך פאראייניגט אונטער די פי-קיו פארטיי.
די קוויבעקער פראגע האט געגעבן די פעדעראלע רעגירונג אסאך קאפ-וויי, און אויב דאס איז נישט גענוג געווען האבן די אנדערע פראווינצן צוגעגעבן זאלץ אויף די וואונדן, ווען אויך זיי האבן פארלאנגט מער מאכט פונקט ווי קוויבעק האט באקומען. די רעגירונג האט טאקע אסאך נאכגעגעבן אבער האט זיי פיל מאל פשוט אפגעזאגט.
דער ערשטער קוויבעקער רעפערענדום
פון ווען די פי.קיו. האט איבערגענומען די פירערשאפט אין קוויבעק אין 76' האט זי געהאט אין פלאן דורכצופירן א רעפערענדום בעפאר זי וועט קענען גיין צו די פעדעראלע רעגירונג פארהאנדלן אירע סואוורענטי פאליסיס. אבער צו קענען דורכפירן א רעפערענדום האט זיך געפאדערט אסאך ארבעט אויפצוארבעטן די פראנצויזישע קולטור אין קוויבעק און פרעדיגן די געדאנק פון זעלבסטשטענדיגקייט. אין איינע פון די שריט האט קוויבעק באוויזן צו דעקלערן קוויבעק אלס א פראנצויזיש רעדנדיגע פראווינץ און נישט ביילינגיול אזויווי די אנדערע פראווינצן. די טויש האט בעיקר אויסגעמאכט אין מאנטרעאל וואו די ביזנעס איז פון לאנגע יארן בעפאר געווען דאמינירט דורך די ענגליש רעדנדיגע באפעלקערונג. ענדליך אין 80' איז פארגעקומען די ערשטע רעפערענדום וואו די קוויבעקער איינוואוינער האבן געדארפט באשטעטיגן אויב זיי ווילן אנהייבן לייגן דרוק אויף אטאווע זיך אפצוטיילן פון קאנאדע און ווערן א פיל זעלבסטשטענדיג לאנד. ווי אזוי אימער איז עס אבער דורכגעפאלן ווען 60 פראצענט האבן געשטימט דערקעגן.
נאך די רעפערענדום איז פארלוירן געווארן די שטיצע פאר קוויבעק סואוורענטי און די פי.קיו. פארטיי האט צוריק פארלוירן די פירערשאפט. א שטארקע סיבה צו דעם איז געווען די נייע קאנסטיטוציע טיילן וועלכע זענען אויפגעצויגן געווארן דורך פרעמיער מיניסטער טראדאו וועלכע האבן נישט געגעבן מער מאכט פאר די פראווינצן. אלע פראווינצן האבן אונטערגעשריבן די נייע קאנסטיטוציע טשארטער אבער קוויבעק איז געווען דערקעגן. אין 84' האט טראדאו רעטייערט צוליב זיין שוואכע מזל צו הייבן די עקאנאמיע. די קאנסערוואטיוון האבן איבערגענומען די פירערשאפט מיט ברייען מאלראני אלס פרעמיער מיניסטער. מאלראני איז געווען א קוויבעקער וועלכע האט גערעדט ביידע שפראכן. ער האט באקומען אסאך שטיצע אינערהאלב קוויבעק נאר ווייל די סואוורענטיזם איז געווען טויט און ער האט געפרעדיגט נאציאליניזם אבער איז גרייט געווען איבערצוארבעטן די נייע קאנסטיטוציע טשארטער אז אויך קוויבעק זאל עס אקצעפטירן. מאלראני האט שווער געארבעט אינאיינעם מיט'ן דעמאלטדיגן קוויבעקער פרעמיער ראבערט באראסאו ביז עס איז אים ענדליך געלונגען אויסצוארבעטן א נייע בינטל מיט ענדערונגען אין די קאנסטיטוציע. כאטש די נייע פונקטן האבן געגעבן פיל מער מאכט און סאסייאיטי צו קוויבעק, איז עס אבער געשטיצט געווארן פון אלע פראווינצן און עס איז דורכגעפירט געווארן אין 87' און איז באקאנט געווארן אלס די מיטש לעיק אקארד. ווי אזוי אימער, האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט אז די ענדערונגען וועלן אסאך פארמינערן און אפשוואכן די אויטאריטעט פון די פעדעראלע רעגירונג. אויך איז עס נאכמער קריטיקירט געווארן ווען מען איז געוואויר געווארן אז אלע איינצעלהייטן זענען אויסגעארבעט געווארן אונטער פארמאכטע טירן וועלכע איז אומדעמאקראטיש. מער ווי דעם האט נישט אויסגעפעלט ווען דער געוועזענער פרעמיער מיניסטער טראדאו האט זיך אויפגעוועקט פון זיין רעטייערמענט און פארדאמט די נייע קאנסטיטוציע ענדערונגען. די פעדעראלע רעגירונג האט נאך אלץ פרובירט עס אנצוהאלטן אבער עס איז נישט געגאנגען און אין 90' איז די גאנצע טויש געשטארבן. דער דורכפאל איז געווען דאס ערגסטע פאר קוויבעק און די סואוורענטי האט צוריק אויפגעלעבט. מאלראני האט נאך אלס נישט אויפגעגעבן און אויסגעארבעט א נייע קאנסטיטוציע וועלכע ער האט געלאזט די פאבליק דעבאטירן אבער איז צום צווייטן מאל דורכגעפאלן. אין דער זעלבער צייט האבן די ליבעראלן פארלוירן די פירערשאפט אין קוויבעק און די פי.קיו. האט צוריק איבערגענומען דאס רעדל אין 94' און סואוורענטי האט אנגעהויבן צוריק באקומען שטארקע שטיצע ווי קיינמאל פריער.
די ליבעראלן קומען צוריק
פרעמיער מיניסטער מאלראני האט רעטייערט אין 93' ווען ער האט אנגעהויבן פארלירן שטיצע נאכדעם וואס ער האט פארפעלט אויסצופירן זיינע צוזאגן אפצוצאלן די נאציאנאלע חוב און אויך צוליב די הויכע סעילס שטייערן וועלכע ער האט ארויפגעריקט נאכדעם וואס ער האט איינגעשטעלט די פעדעראלע דזשי.עס.טי. שטייערן. מיט מאלראני'ס רעטייערמענט איז די פראגרעסיוו קאנסערוואטיווע פארטיי אינגאנצן צופאלן און זיינע נאנטע קוויבעקער קאלעגן האבן געגרינדעט א נייע פארטיי וועלכע זיי האבן א נאמען געגעבן די בלאק קוועבעקיאס. מאלראני'ס סוקסעסאר איז געווען קים קעמפבעל, קאנאדא'ס ערשטע פרוי פרעמיער מיניסטארשע. אבער מיט א צובראכענע פארטיי האט זי נישט געקענט אנהאלטן די מאיאריטעט און נאך פיר מאנאטן אין אמט האט זי פארלוירן צו די ליבעראלן ווען איר פארטיי האט נישט באוויזן אריינצוברענגען מער ווי צוויי זיצן. דער ליבעראלער פירער דזשאן קרעטיען, א וועטעראן פאליטישן און געוועזענער מיטגלידער אין טראדאו'ס רעגירונג, איז געווארן פרעמיער מיניסטער. קרעטעין און זיין ליבעראלע רעגירונג האבן באוויזן צו שטארקן די עקאנאמיע דורך אנהאלטן די קאנסערוואטיווע עקענאמישע און סאציאלע פאליסיס און געשניטן אסאך אויסגאבעס וועלכע האט געהאלפן באלאנסירן דעם בודזשעט. קרעטעינ'ס רעגירונג האט שטענדיג פרובירט מער צו שטיצן די פריוואטע ביזנעסער ווי די פאבליק ביזנעסער, א שריט וואס איז באצייכנט געווארן אלס זיין סוקסעס אין די עקאנאמיע. קרעטעינ'ס רעגירונג איז געווען זייער פאפולער אין אירע ערשטע יארן ווען די אפאזיציע איז געווען גאר שוואך. די בלאק קוויבעקיאס זענען געווען ניי, די קאנסערוואטיוון זענען געווען צוקלאפט, און די ען.די.פי. איז קיינמאל נישט געווען שטארק. נאך עטליכע יאר האט קרעטעין פארלוירן זיין שטארקע שטיצע ווען די אנעמפלוימענט איז געבליבן הויך און ווען ער האט פארפעלט צו האלטן זיין צוזאג צו באזייטיגן מאלראני'ס קאנסערוואטיווע גוטס און סערוויס שטייער (דזשי.עס.טי.). אויך קאנאדע'ס רעפוטאציע אלס א פרידנס האלטער לאנד איז געפאלן אין די וועלט ווען די קאנאדישע מיליטער האט אנטייל גענומען אין די מיליטערישע קאנפליקטן אין באסניע און אין סאמאליע וואו די טרופן האבן באהאנדלט די סיטואציע זייער ווילד. איבער אלעם איז די רעגירונג אויסגעשטאנען צו א קאנסטיטוציניאלע קריזיס ווען סואוורענטי איז געווען זייער הויך אין קוויבעק.
דער צווייטער קוויבעקער רעפערענדום
אין קוויבעק איז די סואווערענטעט געוואקסן מער און מער מיט קוויבעק'ס נייעם פרעמיער, דזשעקווא פאריזאו, א שטארקער סעפעראטיסט, וועלכער האט אנגעהויבן קאמפיינען פאר א צווייטע רעפערענדום. פאריזאו האט נישט געהאט קיין גרינגע ארבעט צו איבערצייגן קוויבעק אז א צווייטע רעפערענדום וועט נישט דורכפאלן (רוב קוויבעקער זענען אין יענע צייטן געווען קעגן א רעפערענדום אויס מורא אז עס וועט נאכאמאל דורכפאלן און וועט אינגאנצן צוקלאפן קוויבעק'ס זעלבסטשטענדיגקייט אזוי ווי עס האט טאקע שפעטער פאסירט) נאכדעם וואס קוויבעק האט געליטן דורכפאלן ביי די מיטש לעיק און טשארלאטיטאון אקארדן ווי פריער דערמאנט. די פולווער אין קוויבעק איז געווארן הייסער און הייסער און לוסיען בושארד, דער בלאק קוויבעקיאס פירער, האט אריינגעטרעטן אין די קאמפיין מיט זיין געשליפן צינגל און איר אויפגעלעבט. ווי אזוי אימער, האט אבער בושארד פארפעלט פארצולייגן די ריכטיגע בלו-פרינט פאר די יארן נאכדעם וואס קוויבעק וועט ווערן זעלבסטשטענדיג און מיט דעם געברענגט די סואורענטי כוואליע אביסל צו שפעט. דער באשטימטער טאג איז אנגעקומען און ווייניגער ווי איין פראצענט האט צוטיילט די "ניין" שטימען מיט 50.4 פראצענט פון די "יא" שטימען מיט (49.6) פראצענט. פאריזאו האט באלד רעזיגנירט און בושארד האט אים איבערגענומען אלס פרעמיער פון קוויבעק. בושארד האט איבערראשט אלעמען מיט זיין אנאנסירונג אז ער האט נישט אויפגעגעבן זיין חלום פון קוויבעק'ס זעלבסטשטענדיגקייט און האט אנגעהויבן טאן פרישע אקטיוויטעטן פאר סואוורענטי. צום מערסטן האט עס א שאקל געטאן די קרעטעין רעגירונג וועלכע האט געהאפט אז מיט אזא קלארע זיג אין די רעפערענדום וועט די רעגירונג קענען אריבערמישן א נייעם בלעטל און אנהייבן אריינקוקן אין אנדערע אישוס. למעשה זענען בושארד'ס חלומות קיינמאל נישט צושטאנד געקומען ווייל די עקענאמישע שוועריגקייטן אין קוויבעק אין די קומענדיגע צוויי יאר האט אים פארנומען געמאכט און די סואוורענטי אישו איז באזייטיגט געווארן. בושארד האט אנגעהאלטן זיין אמט ביז אין יאר 01' ווען ער האט רעזיגנירט צוליב פערזענליכע סיבות. זיין סוקסעסאר איז זיין דעפיוטי פרעמיער, בערנארד לאנדרעי, (היינט אין אמט) וועלכער האט ווי זיין פאָרגייער פארשפראכן צו מאכן קוויבעק א זעלבסטשטענדיגע לאנד. לאנדרעי האט אנגעגעבן א דאטום ערגעץ אין 05' ווען די קומענדיגע סאמיט אוו די אמעריקענס וועט אפגעהאלטן ווערן, פארשפרעכנדיג אז קוויבעק וועט שוין זיין זעלבסטשטענדיג...
לעצטע געשעענישן
אין 97' האט קרעטעינ'ס ליבעראלע רעגירונג געווינען נאך א טערמין, אבער דאסמאל מיט א שוואכע מערהייט. ווייל די אפאזיציע פארטייען זענען שוין געווען בעסער אויפגעבויט, ספעציעל די רעפארם פארטיי (היינט די קענעדיען אלייענס) וועלכע איז דאן געווארן די אפיציעלע אפאזיציע. האבנדיג די עקאנאמיע אלס די נומער איינס אישו אויפ'ן טיש אזויפיל יארן, איז פאר קרעטעין ענדליך געלונגען צו באלאנסירן דעם בודזשעט און ברענגען די צוואנציג יעריגע נאציאנאלע חובות צו אן ענדע. קאנאדע שטייט היינט גאר גוט עקאנאמיש מיט א הויכע פארדינסט פאר דעם דורכשניטליכן איינוואוינער. איין פראבלעם מיט וואס קאנאדע ראנגלט זיך נאך, איז די אנעמפלאוימענט ראטע וועלכע שטייט נאך היינט הויך טראץ דעם וואס עס איז היבש געפאלן אין די לעצטע עטליכע יאר. אין אפריל 99' איז געגרינדעט געווארן קאנאדע'ס דריטע טעריטאריע, נונעוואט, וועלכע האט זיך אפגעטיילט פון די נארטוועסט טעריטאריעס. די איינוואוינער דארט זענען אינדיגינוס פעלקער און זייער פירער, פאול אוקאליק, איז געווארן די טעריטאריע'ס ערשטע פרעמיער. קרעטעין האט ווידער געווינען אין 00', ברעכנדיג א רעקארד אלס דער ערשטער פרעמיער מיניסטער פון קאנאדע זינט די צווייטע וועלט קריג וואס האט געווינען דריי טערמינען אן איבערהאקונג. די וואלן איז פאררופן געווארן זייער פרי ווען קרעטעין האט געזען אז ער וועט קענען באקומען א מער באקוועמליכע מאיאריטעט. אין די וואלן האט די בלאק קוויבעקיאס פארלוירן עטליכע זיצן און די קענעדיען אלייענס האט צובאקומען מער זיצן פארשטארקערנדיג איר פאזיציע אלס די הויפט רעכטע פארטיי.
רעפערענצן
- ↑ Statistics Canada (2006-02-14). "Canada's population clock". Statistics Canada. Retrieved 2006-05-14.
{{cite web}}
: Check date values in:|date=
(help)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!