המכלול:פארלאמענט/אריינפיר

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש


פארלאמענט ארכיוו פון אפהאנדלונגען און וואלן ליסטע פון וואלן  
המועצת  

דער פארלאמענט פון המכלול איז דאס פלאץ וואו עס ווערן אפגעהאלטן אפשטימונגען אויף די פרינציפן פון המכלול, אויסער די פרינציפן וואס זענען געווארן אוועקגעשטעלט דורך די וועד הרוחני, אין די צייט וואס אנדערע אפהאנדלונגען קומען פאָר אין דיסקוסיע זאַל אדער אין אנדערע בלעטער. דער אלגעמיינער בליק פון המכלול איז צו פארמיידן אפשטימונגען ווי ווייט מעגליך און פרובירן צו קומען צו א ברייטע צושטימונג אָן אפהאלטן וואַלן, ווייל דאס באצווינגט דעם דעה פונעם מאַיאָריטעט איבער'ן מינאריטעט. דאך, מאכן זיך צומאל עלעמענטארע מיינונגס פארשידנהייטן וואס מען קען נישט אנטשיידן בלויז דורך א דיסקוסיע, און דאן פארלאנגט זיך אן אפשטימונג.

די דיסקוסיעס זענען געמאכט צו אוועקשטעלן די פרינציפן פון המכלול. ווען מען פארענדיגט א דיסקוסיע ווערט אפגעהאלטן אן אפשטימונג. די אויסגאנג פון די וואלן איז מחייב יעדעם און לויט זיי ווערט אוועקגעשטעלט די פרינציפן. ווען מען הייבט אָן אַן אפשטימונג דארף מען דאס אויסרופן. די דיסקוסיעס און אפשטימונגען וועלן ווערן אפגעהאלטן אינעם "טשעמבער" זאל אין א סוב-פּאראגראף.

כללים פון די אפשטימונגען

  • פריע דיסקוסיע - פארשלאג וועט ווערן אריבערגעפירט צו די פארלאמענט נאר נאך א לענגערע דיסקוסיע פון פריער (ווי שפעטער אויסגעשמועסט).
  • עפענען אַן אפשטימונג – ביים עפענען אן אפשטימונג, דארף ווערן אנגעצייכענט פון אנהייב די דאטום און צייט פון די עפענונג.
  • שטים בארעכטיגטע – נאר א באניצער מיט 100 רעדאגירונגען אין הויפט געביט אדער רוי, קאטעגאריע, טעקע, יחידה, און מוסטער געביטן אין די 90 טעג איידער די אָנהייב פון אָפּשטימונג (רעדאגירן שמועס בלעטער וכדומה – רעכענען נישט) און 30 טעג פון טעטיגקייט האט די רעכט צו שטימען. יעדע שטימע איז גלייך צום אנדערן, סיידן עס איז קלאָר אַז עס איז אַ שטרוי ליאַלקע אדער א טראָל.
  • מינימום באטייליגטע – כדי די באשלוס זאל זיין מאסגעבנד, דארפן כאטש 5 עורכים זיך באטייליגן אין די וואלן.
  • אפשטימונג צייט-אפשניט - די צייט-אפשניט פון אן אפשטימונג איז פונקט א וואך.
  • מינימום צייט-אפשניט ביז צוריקצו אפשטימונג - די מינימום צייט-אפשניט ביז'ן אפהאלטן צוריקצו וואלן איז צוויי חדשים.
  • אפשטימונגען וואס דארפן איבערוויגנדע מערהייט - צו טוישן אדער צוריקצוען פרינציפן וואס זענען געווארן אוועקגעשטעלט אין די פארגאנגענהייט אין פארלאמענט דארף מען האבן אן איבערוויגנדע מערהייט פון 65% פון די וואלן באטייליגטע (רעכנט נישט אריין אפוועזנדע). אנדערע אפשטימונגען אין פארלאמענט דארפן נאר אן איינפאכע מאַיאָריטעט. אויב עס מאכט זיך אז די אויסגאנג איז גלייך פאלט די פארשלאג.

אופן ההצבעה

בהכרעה בין יותר משתי אפשרויות משתמשים בחציון או בשיטת שולצה, על פי ההסברים בהמכלול:פארלאמענט/הכרעה.

כללים לפתיחת הצבעה במועצת
איידער א פארשלאג ווערט ארויפגעברענגט צום פארלאמענט, דארף ווערן אוועקגעשטעלט איר נוסח אין דיסקוסיע זאַל און שאפן 4 חתימות פון שטים-בארכטיגטע באניצער וואס זאלן דערקלערן זייער צושטימונג צו די פארשלאג אין די וועג ווי עס איז געשריבן. פון ווען עס ווערט געטעגט {{בעלי זכות הצבעה}} אין דיסקוסיע זאַל, וועט ווערן געגעבן א צייט-אפשניט פון ווייניגסטענס דריי טעג (72 שעה; נישט אריינגערעכנט שבתות און ימים טובים) פאר באניצער צו זאגן זייערע הערות אויף די נוסח פון די פארשלאג. די הערות וועלן צום ביישפיל אויפפאסן אויף פאלן וואס זענען נישט געווארן גענומען אין באטראכט, אויף פאלן ווי די פארשלאג איז זיך סותר, אויף די ריכטיגע וועג וויאזוי די אפשטימונג זאל ווערן אפגעהאלטן לויט די פארלאמענט פרינציפן (למשל, וועלכע סארט מאַיאָריטעט עס פארלאנגט זיך צו ווערן אנגענומען) און דאס גלייכן. נאר אין פאל עס זענען נישט געטראפן געווארן ערנסטע פראבלעמען אין די נוסח פון די פארשלאג, און די פארשלאג איז אראפגעלייגט אויסגעהאלטן, קען א מפעיל מערכת עפענען אן אפשטימונג אין פארלאמענט. מפעילי מערכת קענען יא עפענען אן אפשטימונג אן דורכגיין דעם פראצעדור.