רוי:איבן רושד

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
Colliget

איבן־רושד (פולער אַראַבישער נאָמען: أبو الوليد محمد بن أحمد بن رشد, אַבו אַל־וואַליד מוכאַמאַד איבן אַכמאַד איבן רושד, אויך באַקאַנט מיטן לאטיינישן נאָמען Averroes, אַוועראוּס; 1126 – 1198) איז געווען אַ מוסולמענער דאָקטער און פילאָזאָף, וואָס האָט געהאַט אַ שטאַרקע ווירקונג אויף דער אייראָפּייאישער פילאָזאָפיע פון דעם מיטל־אַלטער.

געבאָרן איז ער אין קאָרדאָבע, די דעמאָלסדיקע הויפּטשטאָט פון דעם מורישן קעניגרייך אין שפּאַניע. אַ תקופה האָט ער געדינט אַלס וויזיר אין קאָרדאָבע, און שפּעטער אַלס הויפּט ריכטער אין מאַראָקע. צוליב זיינע אמונות האָט מען עם פאַרפאָלגט און אַריינגעזעצט אין תפיסה, און ער איז באַפרייט געוואָרן ערשט נאָכדעם וואָס ער האָט צוריקגעצויגן עטלעכע פון זיינע שיטות. ער איז געווען באַפריינדעט מיטן פילאָזאָף איבן־טופייל, וועלכע האָט עם רעקאָמאַנדירט פאַרן קעניג אַלס זיין פאַרטרעטער אין דער וויזירשאַפט.

ער האָט שטודירט יוריסטווע, געשריבן דיכטונגען, און איז געווען פאַררעכנט אַלס דער גרעסטער געלערנטער אין זיינע צייטן. זיינע ווערק שליסן איין כתבים אין רפואה, נאַטור־וויסנשאַפטן, פילאָזאָפיע, יוריסטווע, און מאַטעמאַטיק, אָבער ער איז באַוואוסט דערהויפּט פאַר זיינע פירושים און קריטיק אויף די ווערק פון אַריסטאָ, צו וועלכע די געלערנטע אין יענע צייטן פלעגן זיך באַציען מיט אַ חרדת־קודש.

זיין פילאָזאָפישע שיטה

איבן־רושד האָט געפּרואווט פאַרענטפערן אַריסטאָס פילאָזאָפיע אַז עס זאָל קיין סתירה ניט זיין צום איסלאַם. לויט זיין מיינונג, זענען רעליגיע און פילאָזאָפיע צוויי שליאַכן וועלכע פירן צו איין און דעם זעלבן אמת. ער איז געבליבן געטריי דער טראַדיציאָנעלער אַריסטאָטעלישער מסורה, און האָט שטאַרק אַטאַקירט איבן־סינאַ'ן וואָס ער האָט אַריינגעמישט עלמענטן פון דעם איסלאַמישן קאַלאַם אין זיין פילאָזאָפיע. ווי אַריסטאָ, האָט ער געגלייבט אַז דער אוניווערס איז אַ קדמון (דאָס הייסט, אַז ער האָט אייביק עקזיסטירט און איז קיינמאָל ניט באַשאַפן געוואָרן), און האָט אויך באַהויפּטעט אַז דער מענטשלעכער זעל באַשטייט פון צוויי טיילן - דער פּערזענלעכער זעל וועלכע שטאַרבט צוזאַמען מיטן גוף; און דער געטלעכער טייל, וועלכער איז אַ געמיינזאַמער נשמה פאַר דער גאַנצער מענטשהייט (ווי די שיטה פון איבן־באַדזשאַ, להיפוך פון איבן־סינאַ).

דער וועלטס אייביקייט איז פאַרבונדן מיט די נאַטור געזעצן וועלכע בייגן זיך קיינמאָל ניט. ווי עס שיינט, האָט איבן־רושד געהאַלטן פון דעטערמיניזם.

ווארענונג
דער ארטיקל איז א שטומף, אבער זי איז נישט קלאסיפיצירט ווי איינע פון די טיפּן אינעם שטומפן ליסטע אין המכלול. ביטע פארריכטן און קלייבן א נאמען פונעם ליסטע.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!