רוי:אסיפ צאדקין

פון המכלול
ווערסיע פון 03:17, 7 דעצעמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "ײַ" ב־"יי")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

אָסיפּ (יאָסל) צאַדקין (רוסיש: Осип Цадкин; פראַנצױזיש: Ossip Zadkine; דעם 14טן יולי 1890 - 25סטן נאָװעמבער 1967) איז געװען אַ פּראָמינענטער פראַנצױזישער סקולפּטאָר, מאָלער און גראַפיקער פון רוסיש-ייִדישן אָפּשטאַם.

אָסיפּ צאַדקין: די צעשטערטע שטאָט (ראָטערדאַם)

ער איז געבױרן געװאָרן אין סמאָלענסק (רוסלענדישע אימפּעריע) אין אַ ייִדיש-שאָטישער משפּחה (זיין פאָטער, אהרן צאַדקין, אַ לערער פון די קלאַסישע שפּראַכן אינעם סמאָלענסקער קריסטלעכן סעמינאַריום, איז געװען אַן אָרטיקער ייִד און זיין מוטער, סאָפיע לעסטער, האָט געשטאַמט פון דער משפּחה פון שאָטישע אימיגראַנטן, װאָס האָבן זיך באַזעצט אין רוסלאַנד שױן אין דער תּקופה פונעם קײסער פּעטער דעם גרױסן).

זיינע קינדערשע יאָרן האָט אָסיפּ פאַרבראַכט אין וויטעבסק, דער הױפּטשטאָט פון דער שכנישער גובערניע (איצטער אין װייסרוסלאַנד). אין 1900-1904 האָט ער זיך געלערנט דאָרטן אין דער 4-יעריקער שטאָטישער שולע (אגב, די ערשטע צװײ יאָר - צוזאַמען מיט מאַרק שאַגאַל), און שפּעטער צו (אױכעט אײנצייטיק מיט שאַגאַלן) - אין דער קינסטלערישער שולע פון יהודה פּען.

אָסיפּ צאַדקין: גרױסער אָרפײ

אין 1905 איז אָסיפּ געפאָרן קײן ענגלאַנד, װוּ, במשך פון עטלעכע יאָרן, האָט ער געאַרבעט אין סטאָליער-װאַרשטאַטן, זיך געלערנט אין אָרטיקע קינסטלערישע שולן, שטודירט די קלאַסישע קונסט אין די זאַלן פונעם "בריטישן מוזײ" אין לאָנדאָן.

אין 1910 האָט אָסיפּ צאַדקין זיך באַזעצט אין פּאַריז, װוּ ער האָט געדונגען אַן אַטעליע אינעם באַרימטן "בינשטאָק" (La Ruche). אין 1911 האָט ער צום ערשטן מאָל אױסגעשטעלט זיינע סקולפּטור-בילדער אין דעם "סאַלאָן פון די אומאָפּהענגיקע" (Salon des Indépendants) און דעם "האַרבסט-סאַלאָן" (Salon d'Automne). דערנאָך האָט ער אָנטײלגענומען אין די קינסטלערישע אױסשטעלונגען אין פּעטערבורג (1912), בערלין (1914) און לאָנדאָן (1914). ער האָט זיך באַקענט מיט גיִיאָם אַפּאָלינער (Guillaume Apollinaire), בלעז סאַנדראַר (Blaise Cendrars), אַמעדעאָ מאָדיליאַני (Amedeo Modigliani), זשאַק ליפּשיץ (Jacques Lipchitz), קאָנסטאַנטין בראנקוזי (Constantin Brancusi), פּאַבלאָ פּיקאַסאָ (Pablo Picasso), אַנרי מאַטיס (Henri Matisse) און אַנדערע פּראָמינענטע פאָרשטײער פון דער פּאַריזער קינסטלערישער און ליטעראַרישער סביבה.

אָסיפּ צאַדקין האָט זיך באַטײליקט אַלס אַ פרייװיליקער אין דער ערשטער װעלט-מלחמה (געדינט אין דער פראַנצױזישער אַרמײ, און אין 1916 איז פאַרװוּנדעט געװאָרן בעת אַ דייטשישער גיפטגאַזן-אַטאַקע).

אין די 1920ער יאָרן האָט דער קינסטלער אױסגעאַרבעט זיין אײגענעם נוסח, באַזירט אױפן פאַראײניקן די פּרינציפּן פון קוביזם און עלעמענטן פון די אַרכאַיִשע "פּרימיטיװע" קונסטן. בכדי צו דערגרײכן אַ העכערן אױסדריקלעכקײט-ניװאָ פון זיינע װערק, פלעגט ער אױסנוצן פאַרשײדנאַרטיקע מאַטעריאַלן, מאָדעלירן עפענונגען און ריסן, שאַפן בולטע און אַריינגעבױגענע אױבערפלאַכן, פאַרבן און באַדעקן זײ מיט צײכענונגען און אַלפאַבעט-טעקסטן, וכדומה. אַזױ אַרום, עס האָט זיך צומאָל געשאַפן אַן איינדרוק, אַז דער סקולפּטור-רױם איז גלייך װי אױסגעקערט געװאָרן אױף דער לינקער זייט.

אין 1941-1945, בשעת דער צװײטער װעלט-מלחמה, האָט ער געלעבט און געאַרבעט אין די פאַראײניקטע שטאַטן. אין 1945 האָט ער זיך אומגעקערט קײן פראַנקרייך.

אין די נאָכמלחמהדיקע יאָרן, זיינען צאַדקינס גרױסע רעטראָספּעקטיװע אױסשטעלונגען פאָרגעקומען אין די מוזײען פון אַמסטערדאַם, פּאַריז און ראָטערדאַם. אין 1953 האָט מען אױפגעשטעלט אין ראָטערדאַם זיין באַקאַנטע דענקמאָל-סקולפּטור "די צעשטערטע שטאָט" (װי באַװוּסט, בשעת דער צװײטער װעלט-מלחמה, האָבן די נאַציס חרוב געמאַכט דעם צענטראַלן טײל פון אָט דער האָלענדישער שטאָט). היינט-צו-טאָג, דעם קינסטלערס װערק געפינען זיך אין די גרעסטע מוזײען פון דער װעלט.

אָסיפּ צאַדקין איז נפטר געװאָרן אין 1967 אין פּאַריז. צו קבורה האָט מען אים געבראַכט אױפן "מאָנפּאַרנאַס"-צווינטער. אין 1982, אין דעם הױז אױף דער פּאַריזער גאַס d'Assas, װוּ ער האָט געלעבט און געאַרבעט זינט 1928, האָט מען געעפנט זיין מוזײ.

וועבלינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!