רוי:בנימין זאב הערצל
בנימין זאב טעאדאר הערצל (דייטשיש: Theodor Herzl; אונגעריש: Herzl Tivadar; 2טן מײ, 1860 - 3טן יולי, 1904) איז געווען א דיפּלאָמאַט און א יידישער שרײַבער.
ער איז דער ערפינדער pון פּאָליטישער ציוניזם און גרינדער pון דער אלװעלטלעכער ציוניסטישער באװעגונג.
ביאגראפיע
ער איז געבױרן געװאָרן אין בודאַפּעשט, צו זיין פאטער יעקוב און אנט, געלערנט יוריספּרודענץ אין װין, געשריבן דערצײלונגען, pעליעטאָנען און פּיעסעס.
צװישן - pון די יאָר 1891 ביז צו די יאָר 1895 איז ער געװען דער רעפּאָרטער pון די װינער צײַטונג "נױע pרײַע פּרעסע" אין פּאַריז. און אין יאר 1897 האט ער געגרינדעט א ציוניסטישע צייטונג "די וועלט".
אין 1896 האָט ער pאַרעpנטלעכט דעם העpט "ייִדנשטאַט" אין דײַטש און אָנגעהױבן זײַנע פּאָליטישע אָרגאַניזירונג אַקטיװיטעט.
אין אויגוסט 1897 האָט ער צונױpגעזאַמלט דעם ערשטן ציוניסטישן קאָנגרעס אין באַזעל װוּ די "באַזעל פּלאַן" איז אָנגענומען געװאָרן און די אלוועלטלעכע ציוניסטישע באוועגונג איז געגרינדט געװאָרן. pון דעמאָלט אָן איז ער געװען pאָרזיצער pון די קומענדיקע קאָנגרעסן.
ער האָט אָנגעpירט אונטערהאַנדלונגען מיט דעם טערקישן סולטאַן, רוסישן צאַר, דײַטשישן קײסער, דעם פּױפּסט און מיט דעם איטאליענישן קעניג.
pאַר זײַן ציוניסטישע צײַט, װערט הערצל באַטראַכט אַלס אַ ייִד װעלכער האָט געװאָלט pאַרראַטן זײַן פּאָלק דורך איבערpירן זײַ צום קריסטנטום. [מקור פארלאנגט]
נאך וואס הערצל איז נפטר געווארן אין 1905 ביים 7טן ציוניסטישן קאנגרעס איז דוד וואלפסאן אויסגעקליבן געווארן אלס דער פירער פון דער ציוניסטישער באוועגונג.
משפחה
ער מיט זיין ווייב יוליא נאשויער האבן געהאט דריי קינדערף פאלינא, האנס און טרודי.