רוי:ספרים פון חיד"א

פון המכלול
ווערסיע פון 12:31, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

דער חיד"א האט געשריבן זיינע ספרים זיין גאנץ לעבן, שטענדיג האט ער געשריבן. עס איז נישט דא קיין שטח און ענין פון דער תורה וואס דער חיד"א האט נישט אנגערירט אין זיינע ספרים קיין זאך אין אידישקייט, אלץ געפינט מען ביי אים, פשט, דרוש, הלכה, קבלה,מוסר, דינים, היסטאריע.

זיין ביבליאטעק

דער חיד"א האט געהאט גאר אסאך ספרים, וואס ער האט געזאמלט און געקויפט אין דער צייט וואס ער איז ארום געפארן, אויך האט ער געהאט ספרים אין ארץ ישראל צושפרייט אין די פלעצער וואו ער האט געאווינט (זעה שם הגדולים ערך טור ובית יוסף ובספרי אשר בעיה"ק יש לי הד' טורים ובית יוסף מדפוסים שהיו לפני הרב כנסת הגדולה. עס געפינט זיך אסאך אלטע ספרים און כתבי יד וואס דער חיד"א האט דערויף אונטערגעשריבן זיין נאמען.

די ספרים זענען אריבער בירושה צו זיין זון רבי רפאל ישעיהו אזולאי. און דערנאך צו זיין אייניקל משה אזולאי. אויך זענען אסאך ספרים אריבער צו זיין איינקיעל נסים זרחיה ב"ר אברהם אזולאי.

אזוי ווי דער חיד"א איז געווען אין עטליכע שטעט, אסאך פון זיינע ספרים זענען געבליבן אין ארץ ישראל, אסאך אין אנדערע פלעצער, און ער זעלבסט איז אסאך געפארן, דעריבער איז דא א כלל אין די ספרים פונעם חיד"א אז אסאך מאל שרייבט ער זאכן וואס אנדערע שרייבן, ווייל ער האט נישט געהאט זיי פאר זיך, אבער שפעטער האט ער עס איבערגעשריבן בעסער, ווי דער חיד"א שרייבט אין חיים שאל (ח"ב סי' י') וכל מן דין היה תמיהא קיימת אם הייתי בביתי ובחומותי מוקף חומה מכל ספרי הקודש, אך גר אנכי בארץ, וכמה ספרים עיקריים אין בידי, ואם חיים שא"ל ספרא וספרי ומקיים מצות השבה וכמה זמני הודעתי, תשמור את חסר"י כי אין אתי כל ספרי דבי רב.

כתבי ידות

א ספעציעלר ליבשאפט האט דער חיד"א געהאט צו כתבי יד און צו אלטע ספרים, עס איז נישט דא נאך אזא איינער ביי אידן וואס זאל אזוי גיט קענען כתבי ידות און מחברי ספרים ווי דער חיד"א, א ווארט וואס ער שרייבט אויף א ספר, אויף א בעל מחבר, אויף א מדרש, איז ווי גין גאלד ביי יעדן, און איז אנגענומען ווי דער ריינער אמת, און יעדער חובב ספר אדער חקרן וועט עס אננעמען אלס דאס מערסטע קראנט. עס איז אנגענומען ביי יעדן, ביי חסידים, ליטווישע, ספרדים, אשכנזים, פרומע, פרייע אידן צוגלייך.

פון וואו דער האט דער חיד"א געקענט כתבי ידות? דער חיד"א האט אסאך באזוכט ביבליאטעקן, אין פאריז איז ער געווען אין יאר ה'תקט"ו ער שרייבט (מעגל טוב ע' 34) וראיתי ספרי ישראל שם משונים לכל. אויך איז ער דארט געווען אין יאר ה'תקל"ח, מיט זיין חבר דער פראנצויזישער געלערנטער פאברי, מען האט געעפנט פאר אים דאן ספעציעל דעם ביבליאטעק כאטש עס איז נישט געווען דאן אפֿן. ער שרייבט אזוי: יש בה כמה אלפים כתבי יד מכל חכמה, וכמה ספרים שלנו כתב יד, וכמה ספרים מחכמת הטבע ופילוסופיא ותכונה ועברונות וקבלה (מעגל טוב ע' 122). ער איז נאכאמאל אהין געגאנגען אין עטליכע טעג שפעטער ער שרייבט דעוועגן: וסבבתי כולה ויש כמה חדרים מלאים כתיבות מכל הלשונות ומכל החכמות והדותו, זה כ"ב שנה שסבבתי כלה, והיא פלאות כיד המלך, ואמרו שזו הביבליאוטיקא של פאריס היא המיוחדת והגדולה שבעולם (מעגל טוב ע' 124). אויך שפעטער אין חודש תמוז האט ער באקומען פון זיין חבר פאברי א ספעציעלע רשות מען זאל איהם בארגען פון דארט כתבי יד, דער כתב יד וואס דער חיד"א האט אזוי שטארק געדארפט איז געווען דער פירוש פון רבי ישעיה די טראני, דער ערשטער, אויף חומש, דער חיד"א האט דאס אינגאנצען איבערגעשריבן פון כתב יד א גאנצע נאכט, , און האט דערפון געדרוקט די "נימוקים פון רבי ישעיה די טיראני אין זיין ספר פני דוד.

אויך איז ער געווען אין א ביבליאטעק אין מודינה אין יאר ה'תקי"ד (מעגל טוב ע' 136). ער איז געווען דארט נאכאמאל אין חודש אדר ה'תקל"ז ער האט דארט געזעהן דאס ספר אור יקר פון רמ"ק. אין נאך ספריה ספרים איז ער געווען אין טורינו, פירינצי, ווענעדיג, פירארה, מנטובה טריאסטי פיסארא, בירסיללו (מעגל טוב). אין פירזי איז ער געווען אין הויז פון ר' לייב, און האט דארט געזען א גאנצן ש"ס אויף קלף וואס איז שפעטער באקאנט ביי די חוקרים אלס ש"ס מינכן, דער חיד"א רופט עס אן אין זיינע ספרים מכתב יד ישן נושן.

עס איז זעלבסט פארשטענדליך אז דער חיד"א זעלסט האט געהאט אסאך כתבי ידות, ווי מען זעט אסאך אין זיינע ספרים ווי ער האט געקויפט און פארקויפט אסאך ספרים כתבי יד פון ראשונים. אין פאקט אזוי ווי ער איז אסאך ארום געפארן האט ער איבערגעלאזט אסאך פון זיינע כתבי ידות אין אסאך פלעצער און זיי זענען געווען אסאך צושפרייט. די חוקרים ברענגען א רשימה פון איבער זעקס הונדערט ספרים וואס דער חיד"א האט געהאט דערין איז דא אסאך כתבי ידות, אט די אלע ספרים האט גע'ירשנט זיין זוהן רבי רפאל ישעיה, אסאך פון זיי זענען געווען ביי זיין אייניקל ר' נסים זרחיה ב"ר אברהם אזולאי.

היינט צו טאג געפינט זיך נישט איין אידישער ביבליאטעק אין דער וועלט וואס זאל זיך אין איהר נישט געפונען כתב יד און ספרים וואס דער חיד"א האט דאס נישט געזעהן און אונטערגעשריבן זיין נאמאן.

זיין שטארקע זכרון

דער חיד"א האט געהאט גאר א שטארקער כח זכרון, ער האט אלס געדענקט, זאכן וואס ער האט געזעהן פאר פערציג יאהר צוריק האט ער געקענט אראפשרייבן מיטן לשון. אינטעראסאנט וואס ער שרייבט אין שם הגדולים (ערך רבי אליהו כהן) איך געדענקט ווען איך געווען א קינד האט איך איהם געהערט דרש'ענען, דעך מו"ה רבי אברהם יצחק דאס איז געווען אין יאהר ה'תפ"ט, דער חיד"א איז דאן געווען א קינד פון נישט מער ווי פינעף יאהר !. מיט דעם אלעם האט ער צוליב זיין מדה פון זיך קליין האלטן, עטליכע מאל געשריבן "אני בעוניי שאין זכירה היו מחשיבים אותו לזכרון גדול, הם היו סוברים שקריתי כל הספרים והיה לי זכירה גדולה (מעגל טוב ע' 57).

אין זיינע ספרים ווערן געברענגט הונדערטער און טויזענטער מימרות, טייטשען, ביאורים און הערות פון רביים, אין יעדער ספר זיינער געפונען מען גאר אסאך מימרות פון אנדערע וואס ער האט געהערט פון זיי בעל פה, אדער געהערט פון איינעם וואס האט איהם געהערט, אט דאס האט נאך געקענט פאסירן צוליב זיין געוואלד'יגע זכרון.

זיין איידעלער פעדער

זיין סגנון אין שרייבן

דער חיד"א האט געשריבן אזוי ווי רוב ספרדים אין זיינע צייט, אויסדריקן געבויט אויף תלמוד פסוקים, און ארמית, וואס איז שווער אפילו צו פארשטיין איינע וואס איז נישט דערצו געוואנט, אבער ווי מער מען קוקט דערין זעהט מען ווי ער האט געהאט פאר זיך די גאנצע תורה, תנ"ך און תלמוד. דער חיד"א שרייבט אין זיין פי' אויף סדר חסידים ברית עולם, די סיבה פארוואס תלמויד חכמים האבן זיך געוואנט צו שרייבן אזוי כדי זיי זאלן זיך געוואונען און נישט פארגעסן לשונות פון גמרא און חז"ל

דער חיד"א האט געשריבן אויסטערליש שנעל. און דעריבער גלייך ווען עס איז פארטיג געווארן א ספר, און ער האט געהאט א געלענגהייט עס צו דרוקן האט ער עס גלייך געדרוקט, נישט ווארטענדיג צו פארטיגן זיינע חידושים. און די שפעטערדיגע ספרים האט ער צוגעלייגט הוספות און נאך אויף דעם ענין. פאקטיש טרעפט מען אין יעדער ספר פונעם חיד"א הוספות און השמטות פון איין ספר צום צווייטן.

ער האט אלעס אראפגעשריבן.

ער האט געשריבן אין יעדן צייט און מצב.

פארנדיג פון מצרים קיין תוניס האט ער געשריבן שארפזיניגע חידושים פון זיין ספר ראש דוד פון פרשת ויקרא ביז פרשת אמור (מעגל טוב ע' 54), איינמאהל בשעת א מגפה אין מצרים האט ער גאר מחדש געווען שארפע חידושים אויף רמב"ם הל' סוטה (געדרוקט אין חיים שאל ח"ב סי' ה'). איינמאהל זייענדיג נישט געזונט ער האט נישט געקענט דאווענען נישט לערענן אבער געשריבן חידושים האט ער דעמאלטס אויך (ספר החיד"א ע' צ'), עס איז דא כתבים ווי ער פארצייכנט "כל מקום שתמצא כזה הוא שאני כותב בחבלי שינה והיד כותבת הבלים", דאס הייסט אפילו אינמיטן שלאף האט זיך זיין היינט געשאקלט און געשריבן חידושים (שם).

דער חיד"א דערמאנט אסאך אין זיינע ספרים אז ער האט דאס געשריבן "בקונטרסים", ב"זכרונות". דאס איז וויבאלד דער סדר פון חיד"א איז געווען ער האט שטענדיג געשריבן חידושים, אמאל אויף הלכה, אמאל אויף הגדה, אמאל אויף קבלה אמאל דרוש, איין חידוש נאכן אנדערען, און דערנאך האט ער צוזאמען גענומען, די הלכה עקסטער די אגדה עקטסער, דעריבער הערשט אסאך מאל א צומישעניש צווישן זיינע ספרים, ער איז מאריך אויף איין פלאץ און מקצר אויף א צווייטער פלאץ, און אזוי ארום איז געווארן זיינע חיבורים אויף הלכה ברכי יוסף מחזיק ברכה שיורי ברכה. (זעה מחזיק ברכה או"ח סי' מ"ו אות ה'). און אזוי שרייבט ער אויך אין פתח עינים (סוטה ד"ל) מכאן מודעה שבכמה מאמרים דמכילתין ומסכתות אחרות כתבתי בעניותי והנם רשומים ומפוזרים בין לקוטי, ולא עצרתי כח לסדר ולבררם ואפילו מה שאני רומז בקוטרסיי אפילו הנדפסים הוא מאשר ולא כל אשר, והכל לפי השעה והזמן. אויך שפעטער און די השמטות פונעם פתח עינים ד"ק שרייבט ער לא בקשתי אפת"ח האי פתחא על הסדר, הן מאמר אחר מאמר ומסכתא אחר מסתכא בסדר הזה, רק הרשום בכתב מאשר קריתי לי פסקי פסקי הן מוקדם ומאוחר וכו' ואכתי פשו ענינים מינים ממינים מבלתי יכולת הסדר דבר.

דערמיט קען מען פארשטיין ווען מען קוקט אין זיינע ספרים זעהט מען אז נאך דעם וואס ער ברענגט אראפ א ראשון פון כתב יד, שרייבט ער גראד דערנאך פירושים און גימטריאות, דרוש, און גלייך דערנאך בדרך סוד. אסאך מאל זעהט מען בכלל נישט דער המשך, לויטן סדר וואלט מען ווען געדארפט שטעלן עקסטער די גימטריאיות, עקסטער די דרושים, עקסטער דעם פלפול, עקסטער די חלקי הלכה, עקסטער די חלקי הערות אויף אנדערע ספרים, אבער אין די ספרים פון חיד"א איז עס אסאך געמישט ווי מען זעהט אין די ספרים פני דוד חדרי בטן און נאך. דאס איז ווייל ער האט דאס געשריבן איינס נאך איינס און גלייך געדרוקט, און וועגן דעם זענען אסאך פון זיינע ספרים די זעלבע נאר אין עקסטער בענדער, ווי מען זעהט דער עין זוכר איז די זעלבע ווי מדבר קדמות.


אינטערעסאנטע זאכן וועגן זיינע ספרים

דער חיד"א האט כמעט נישט קיין הקדמות אויף קיין איינס פון זיינע ספרים, טאמער יא איז עס בלויז אפאר קורצע מליצות. חוץ צוויי פון זיינע ספרים וואס האבן יא דאס זענען שער יוסף, און ברכי יוסף. אויף א פלאץ שרייבט ער "ולא רציתי הסכמת החכמים" (מעגל טוב ע 66).

דער חיד"א האט מסדר געווען די נעמען פון זיינע ספרים לויטן סדר פון א-ב, ער האט ספרים אויף אלע אל"ף בי"ת. ער אליין האט געשריבן א שריפט ווי עס ווערט אויסגערעכנט די ספרים.

מען זעהט אויך אז ער האט געהאט א ענין צו געבן א נאמען זיינע ספרים לויט די גלידער פון א מענטש, ער האט נעמען זיינע ספרים לויט אלע גלידער, ווי ראש דוד דאס קאפ. פס ידא די הענט. ברכי יוסף די קניען. שמחת הרגל די פיס. א. א. וו.

אין באגדאד אין געווען א אנגענומענע מיינונג ביי אלע רבנים אז מען פסק'ענט ווי דער חיד"א אין אלע הינזיכטען, ספעציעל ווי עס איז דא א מחלוקת הפוסקים נעמט מען אהן ווי דער חיד"א האלט (זעה זבחי צדק ח"ב סי' ק"י און אין זיינע תשובות סי' ל'. און אזוי בדרך כלל אין טורקיי, און אין איזמיר, און אין שאלוניקי האלט מען אייביג בדרך כלל ווי דער חיד"א.

דרוקן און צושפרייטן זיינע ספרים

דער חיד"א שרייבט אין שם הגדולים (מערכת ספרים ערך נשאל דוד) אז אסאך גדולי ישראל האבן נישט געוואלט דרוקן זיינע ספרים ווילאנג זיי לעבן צוליב דעם וואס זיי האבן נישט געוואלט הנאה האבן פון זייער תורה. אבער אין אמת'ן גייט דרויך דעם כלל "מן הזהירות שלא תרבה להזהר" ווייל דאס איז גורם אז אסאך פון זייערע ספרים זענען פארלוירן געווארן.

אזוי ווי דער חיד"א האט נישט געוואלט ווערן קיין רב אין קיין שום שטאט, האט ער זיך געשפייזט פון פארקויפן זיינע ספרים, וואס זענען געווען גאר אסאך. ער האט געהאלטן כסדר ביים דרוקן נייע ספרים, ער האט זיי צושפרייט און מען האט איהם דערפאר באצאלהט. אויך האט ער געקויפט און פארקויפט אלטע ספרים. אויך פון האט ער געמאכט א פראצענט פון די געלטער וואס ער האט צוזאם געקליבן פאר ארימעלייט פון ארץ ישראל, אויך זענען געווען אסאך רייכע לייט און סתם אידן וואס האבן איהם כסדר געגעבן געלד, זיי האבן געהאלטן אז אויב דער חיד"א וועט נעמען פון זיי וועלן זיי האבן הצלחה אין זייער פרנסה.

אין פאקט איז אבער געווען אז גאר א גרויסער חלק פון זיינע הכנסות האט ער זעלבסט געהייליגט און אוועק געגעבן פאר אנדערע, ווי עס איז באשריבן דורכן חיד"א אליין אין זיינע חשבונות און בלעטעליך וואס געפונען זיך אין ביבלאטיק, אסאך דערפון האט געהאט דער באקאנטער זאמלער מאיר בניהו.

דער חיד"א האט זיינע ספרים געדרוקט ער האט זיי פארקויפט און צושפרייט און דערפון האט ער געצויגן חיונה, עס געפונט זיך בלעטער ווי דער חיד"א רעכענט אויס פונקטליך וויפיל האט איהם געקאסט צו דרוקן יעדער ספר, דאס בינדען, דאס שיקן צו אנדערע א. א. וו. אין פאקט איז געווען אז די לומדישע וועלט האט זייער געזוכט זיינע ספרים, ער האט זיי געשיקט קיין טוניס, אלזשיר, טריפאלי, קושטא, איזמיר, האמבורג און אין גאנץ איטאליע. מיט דעם אלעם איז עס נישט אנגעקומען פאר איהם גרינג צו דרוקן, ווי מען זעהט אין זיינע בריוו אז נישט שטענדיג האט ער געהאט גענוג געלד, און געמוזט בעטן פון אנדערע מען זאל איהם צו העלפן.

עס איז אינטערעסאנט צו דערמאנען אז דער חיד"א שרייבט ער האט זיינע ספרים געשיקט צו תלמידי חכמים און נישט צו קיין עשירים, פאר תלמידי חכמים האט ער זיי געגעבן אומזיסט אהן געלד, און אפילו פאר עשירים האט ער מקפיד געווען זיי צו פארקויפן פאר געהעריגן פרייז, נישט פאר אסאך געלד.


די השפעה פון זיינע ספרים

די השפעה פון די ספרים פון חיד"א'ס ספרים ביי אידן איז זייער גרויס. עס איז נישט דא קיין ספר צווישן אידן וואס זאלן נישט ברענגען, צייכענען, פון זיינע ספרים. זיינע ספרי הלכה און זיינע קליינע ספרים ווי עבודת הקודש זענען איבערגעדרוקט געוארן בחייו אסאך מאל. און יעדער ברענגט דאס אראפ, פוסקים, מלקטים, בעלי סוד, בעלי דרוש.

מיר זעהן גרויסע גאונים האבן זיך באצויגן צו זיינע ספרים מיט גרויס כבוד אפילו בשעת ער האט נאך געלעבט, דער גאון רבי אפרים זלמן מרגליות שרייבט אויף איהם און יאהר העיר וקדיש, איש אלקים קדוש, הגאון המפורסם בוצינא קדישא, חכם חיים יוסף דוד אזולי, האיר פני תבל בחכמתו בחיבוריו הנוראים והנפלאים, אפס קצתם ראינו ברכי יוסף וספר מחזיק ברכה זכינו להתבשם מריחם ושיחתם (הסכמה לספר עבודת הקודש). דער חת"ם סופר שרייבט אויף איהם אין יאהר ה'תקס"ד ויודיענו מה רבינו בעל ברכי יוסף אומר בדבר זה (אגרות סופרים ח"ב ע' 1). דער גאון רבי ישעיהו בערלין שרייבט אויף איהם וראיתי עוד בספר שם הגדולים חיבור א' מגדולי זמנינו והוא יושב בחברון, חכם הכולל, חריף ובקי מהור"ר יוסף אזולאי נו"ו (הקדמה לספר שאילתות).

די ספרים פון חיד"א האט מען געזוכט איבעראל און עס איז שנעל געווארן צוכאפט געווארן, ווי מען זעט ווי מען דורשט נאך זיי, מען האט עס געזוכט אין גאנץ איטאליע, פון ארם צובה האט מען געבעטן מען זאל עס שיקן, אין באגדאד האט דער הויפט רב פון באגדאד רבי עבדאללה ב"ר אברהם סומך געשריבן: רב נהורא"י אור גדול ליהודים כולו מחמדים, הוא האור רישא די דהבא ואשלא רברבא, הנה ארש"ו אר"ש ברזל אר"ש טוב ורחבה, נר ישראל פטיש החזק עמוד הימיני, נר ישראל וקדושו נר אלהים על ראשו, הלא הוא כמהר"ר חיים יוסף דוד אזולאי, וספרי רבים חיבר וספריו שהם אצלינו זה לך מניינם וכו', ער פירט אויף: עס איז נישט געווען אזא איינער וואס האט מרביץ געווען תורה אזוי ווי איהם, די ווערק פון דעם צדיק וואס הייסט "חיים", פעולת צדיק לחיים. ע"כ.


זיינע ספרים

שאלות ותשובות

דער חיד"א האט ארויסגעגעבן דריי ספרים פון שאלות ותשובות. אויך זענען דא צושפרייט אין אסאך ספרים פונעם חיד"א תשובות, ווי אין זיינע ספרים ברכי יוסף און מחזיק ברכה.

  • חיים שאל – צוויי חלקים. עס איז געדרוקט געווארן דורך דעם חיד"א אין יאר ה'תקנ"ב און אין יאר ה'תקנ"ה.
  • יוסף אומץ – געדרוקט געווארן אין יאר ה'תקנ"ח דורך דעם חיד"א. אין כתב יד איז דא א חלק ב' וואס איז נאך נישט געדרוקט.
  • טוב עין – געדרוקט דורך אים אין יאר ה'תקנ"ו.

אנדערע ספרים

  • אדרת אליהו
  • אהבת דוד
  • בית מנוחה
  • ברית עולם
  • בתי הנפש – אויף הגדה של פסח, געדרוקט אין יאר ה'תקס"ה, צוזאמען מיטן ספר מראית העין.
  • ברכי יוסף
  • גאולת עולם – אויף הגדה של פסח, געדרוקט אין יאָר ה'תקנ"ד, צוזאמען מיטן ספר כסא דוד.
  • דברים אחדים
  • דבש לפי – אויף פארשידענע ענינים, אויף אגדה און אויף דרושים, ליקוטים פון ספרי דרוש און פון ראשונים, און אויך פון אסאך כתבי ידות וואס מען קען נישט געפונען.
  • ועד לחכמים
  • זכרון משה
  • זרוע ימין – א פירוש אויף הגדה של פסח געדרוקט אין יאר ה'תקנ"ב, צוזאמען מיטן ספר פני דוד. אויך איז דא נאך א ספר וואס הייסט "זרוע ימין" פון חיד"א, אויף מסכת אבות, געדרוקט אין יאר ה'תק"נ, צוזאמען מיטן ספר פתח עינים.
  • חדשים לבקרים – אויף תנ"ך, מיט פירושים און דרושים. געדרוקט אין פיסא אין יאר ה'תקס"ג.
  • חומת אנ"ך
  • חורש מצ"ל
  • חיים שאל – שאלות ותשובות, צוויי חלקים. עס איז געדרוקט געווארן דורך דעם חיד"א אין יאר ה'תקנ"ב און אין יאר ה'תקנ"ה.
  • חנוכת הבית לדוד
  • חסדי אבות – אויף מסכת אבות, געדרוקט אין יאר תקל"ד, צוזאמען מיטן ספר שם הגדולים.
  • יוסף בסדר – א קונטרס, געדורקט אין יאר ה'תקנ"ט. עס אנטהאלט אין זיך תיקונים און תפילות, פאר קראנקע, צו האבן חכמה, צו זכירה, און סגולות.
  • יוסף לחק – הוספות און תיקונים אויפן סדר פון חק לישראל, געדרוקט געווארן דורך א חבורה אין ליווארנא צום ערשטן מאל אין יאר ה'תקנ"ז.
  • יוסף תהלות – אויף ספר תהלים, געדרוקט אין יאר ה'תקס"א. דאס ספר אנטהאלט פירושים און קליינע דרושים, פשטים.
  • יעיר אזן – אויף מסכתות קטנות פון ש"ס. עס האט צוויי פירושים אויף דער מסכתא, פון איין זייט אזוי ווי א רש"י א פשוטן אפטייטש, און פון דערהצווייטער זייט ווי תוספות, בירורין און באהאנדלונגען. דאס ספר איז געדרוקט געווארן דורך דעם חיד"א אין יאר ה'תקס"א.
  • ככר לאדן
  • כסא דוד
  • כסא רחמים – אויף די מסכתות קטנות פון ש"ס. ווי אויך מסכת גרים, מסכת כלה, מסכת דרך ארץ. געדרוקט דורך דעם חיד"א אין יאר ה'תקס"ג.
  • כף אחת – א קונטרס געדרוקט אין יאהר ה'תקס"ב, עס אנטהאלט תפילות און סגולות.
  • כרם חמר
  • לב דוד – מוסר, און מנהגים וויאזוי זיך צו פירן.
  • לדוד אמת – אויף די הלכות פון קריאת התורה, וויאזוי מען ליינט אין דער תורה מאנטאג און דאנערשטאג, און שבת.
  • מדבר קדמות – אויף פארשידענע ענינים, אויף אגדה און אויף דרושים, ליקוטים פון ספרי דרוש און פון ראשונים, און אויך פון אסאך כתבי ידות וואס מען קען נישט געפונען. געשטעלט אויף סדר הא-ב, געדרוקט אין יאר ה'תקנ"ג. דאס איז דאס ערשטע חלק, דערנאך האט דער חיד"א געדרוקט א צווייט חלק אויף דעם סדר מיטן נאמען דבש לפי.
  • מורה באצבע
  • מחזיק ברכה – הלכות און פסוקים, לשונות פון ראשונים און פסקי אחרונים אויף גאנץ חלק אורח חיים, און אויף חלק יורה דעה ביז סי' פ"ז
  • מעגל טוב – וואו ער פארצייכנט זיינע רייזעס און וויאזוי ער איז ארום געפאהרן אין אנדערע עקן וועלט, פון ארץ ישראל קיין חברון, קיין מצרים, קיין תוניס, איטאליע, פראנקרייך, דייטשלאנד, האלאנד, ענגלאנד.
  • מראית העין – א פירוש אויף עין יעקב, דאס ספר איז געדרוקט געווארן דורך דעם חיד"א אין יאר ה'תקס"ה. דער חיד"א ברעגנט דערין אסאך כתבי ידות, פון ראשונים און אחרונים, ווי אויך פארשידענע נוסחאות פון ש"ס פון אלטע צייטן וואס דער חיד"א איז געווען א געוואלדיגער מבין אויף די זאכן. דער ספר איז געווען דער לעצטער ספר וואס דער חיד"א האט געדרוקט אין זיין לעבן.
  • משמרת הטהרה
  • נחל אשכול
  • נחל קדומים – א פירוש אויף דער תורה. עס איז געדרוקט געווארן אין די יארן ה'תקנ"ה - ה'תקנ"ז. עס האט אין זיך אסאך רמזים, ראשי תיבות, גימטריאות, און שארפע פשוטים על דרך הדרוש. אלע רמזים פון רבי אפרים מרגענסבורג, און פון רבי אליעזר מגרמייזא דער בעל ספר הרוקח, וואס איז נישט געדרוקט אין דעם ספר פני דוד פונעם חיד"א, האט ער דא אריין געשטעלט.
  • סנסן ליאיר
  • עבודת הקדש
  • פה אחד – אויף הגדה של פסח, געדרוקט אין יאר ה'תקס"א צוזאמען מיטן ספר דבש לפי.
  • פני דוד – אויף חמשה חומשי תורה, פירושים, נימוקים, און פשטים, אויך הערות אויף אסאך מפרשי תורה. געדרוקט אין יאהר ה'תקנ"ב.
  • פס ידא – א פירוש אויפן "יד החזקה" פונעם רמב"ם.
  • פתח עינים – א פירוש אויף עין יעקב, אין צוויי בענדער. דאס ספר איז געדרוקט געווארן דורך דעם חיד"א אין יאר ה'תק"ן. דער חיד"א ברעגנט דערין אסאך כתבי ידות פון ראשונים און אחרונים, ווי אויך פארשידענע נוסחאות פון ש"ס פון אלטע צייטן וואס דער חיד"א איז געווען א געוואלד'יגער מבין אויף די זאכן.
  • צוארי שלל – אויף די הפטרות פון יעדער וואך.
  • צפורן שמיר – א קליין ספר, געדרוקט צום ערשטן מאל אין יאר ה'תקמ"ו. עס איז א השלמה און פארטיגט צו דאס וואס עס פעלט אין זיין ספר מורה באצבע.
  • קשר גודל – א קונטרס געדרוקט צום ערשט אין יאר ה'תקנ"ד. עס אנטהאלט אין זיך אסאך תפלות און בקשות וואס דער חיד"א האט פארפאסט אין פארשידענע צייטן.
  • ראש דוד – דרושים אויף דער תורה. עס ברעגנט שיטות פון ראשונים און פסקים און פארטייטש זיי אין פסוקים. געדרוקט אין מאנטובע, איטאליע אין יאר ה'תקל"ו.
  • שומר ישראל – א קונטרס געדרוקט אין יאר [ה'תקנ"ז]]. עס אנטהאלט תפילות, סגולות פאר שמירה.
  • שיורי ברכה – אויפן סדר פונעם שולחן ערוך.
  • שירה חדשה
  • שם הגדולים – ביאגראפיעס פון גדולים און ספרים
  • שמחת הרגל – אויף די ימים טובים.
  • שער יוסף – אויף מסכת הוריות
  • שפה אחת – אויף הגדה של פסח, געדרוקט אין יאר ה'תקנ"ט צוזאמען מיטן ספר אהבת דוד.
  • תקון הנשמות