רוי:מצה בריי

פון המכלול
ווערסיע פון 12:27, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

מַצה ברײַ איז א מאכל וואס אשכנזישע יידן עסן, איבערהויפט פסח. דער מאכל איז געמאכט פון שטיקלעך מצה געפרעגלט מיט אייער.

מען גרייט צו דעם מאכל מיט ווייקן די מצה א קורצע צייט אין וואסער אדער מילך. מען צעברעכט די מצה אויף שטיקלעך און מישט מיט אייער, דערנאך פרעגלט מען דאס אין א פֿאן מיט פוטער אדער בוימל. (אז מען ווייקט די מצה אין וואסער קען מען פרעגלן אין שמאלץ.)

די פארטיקע מצה בריי זעט אויס ווי א קוכן אדער א גרויסער אמעלעט.

טייל מענטשן עסן מצה בריי מיט צוקער און צימרינג; אנדערע שפריצן ארויף זאלץ און פעפער.

אין א סאך שטובן עס מען מצה-בריי פסח אויף פרישטיק.

די וואס זענען מקפיד נישט צו עסן געבראקטס פסח, מאכן נישט קיין מצה בריי מיט וואסער (אבער אפשר יא מיט מילך).

וועבלינקען