רוי:גאליציע

פון המכלול
ווערסיע פון 09:53, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
מאפע פֿון גאליציע תקל"ב-תרע"ח (1772-1918)

גאליציע איז דער טייל פון פוילן וואס עסטרייך האט אנעקסירט ווען מען האט צעטיילט פוילן אין די יארן 1772. הײַנט איז מזרח-גאליציע א טייל פֿון אוקראינע און מערב-גאליציע איז צוריק אין פוילן, מיטן אלטן נאמען „קליין-פוילן". דער נאמען „גאליציע" שטאמט פֿונעם אלטן נאמען „האליץ". נאך ביזן הײַנטיגן טאג הייס די טעריטאריע „האליץ" אויף טשעכיש און אויף טערקיש.

אין גאליציע האבן געוואוינט א סך גדולים תלמידי בעש"ט און איז געווען די מקור צו פילע גרויסע חסידות דינאסטיעס, ווי באבוב זידיטשוב א.ד.ג.

אויך דער שרייבער ש"י עגנון איז געבוירן אין בוטשאטש, גאליציע.


היסטאריע

די מזרח-סלאוון האבן באזעצט די טעריטאריע שוין אין אנהייב פֿונעם מיטל-עלטער; אין דעם 12טן יארהונדערט האט מען אויפֿגעשטעלט דאס פֿירשטנטום (פרינציפאליטעט) פֿון האליטש. שפעטער איז עס געווארן פֿאראייניקט מיט וואהלין. אין יאר 1352 (ה' קי"ב) איז די טעריטאריע געווארן צעטיילט צווישן דעם פוילישן קעניגרייך און דער גרויסער הערצאגשאפֿט פֿון ליטא; דעם גרעסערן טייל האט פוילן גענומען. אין 1772 (ה' תקל"ב) איז צעטיילט געווארן די פויליש-ליטווישע קאמאנוועלט און עסטרייך האט צוגענומען גאליציע, וואס איז דעמאלסט געווארן די פראווינץ פֿון עסטרייך מיט דער גרעסטער באפֿעלקערונג ביזן סוף פֿונעם ערשטן וועלט קריג.

אין 1918 (ה' תרע"ח) איז גאליציע אוועק גענומען געווארן פון דער עסטרייך־אונגארישער אימפעריע, און געווארן א טייל פֿון דער נײַער זעלבשטענדיגער רעפובליק פֿון פוילן. אז פוילן איז געווארן צעטיילט אין 1941 (ה' תש"א) האט רוסלאנד גענומען מזרח-גאליציע און דייטשלאנד האט גענומען מערב-גאליציע. נאכן צוויטן וועלטקריג איז מזרח-גאליציע געגאנגען צום נײַעם לאנד אוקראינע און מערב-גאליציע צו פוילן.

שטעט און שטעטלעך אין גאליציע


קעניגרייך פון גאליציע 1846-1918

כדאי זו זען