רוי:מעלות תרשיחא

פון המכלול
ווערסיע פון 10:41, 3 יולי 2022 דורך 213.137.72.119 (שמועס)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
מעלות-תרשיחאַ
Maalot Tarshiha COA.png
Tarshicha from Mi'ilya.jpg
אויג אויף די שטאָט מעלות-תרשיחאַ
מדינה / טעריטאָריע Flag of Israel.svg מדינת ישראל
גרינדונג דאַטע 1957
דיסטריקט צפון דיסטריקט
בירגערמייסטער ארקדי פומרנץ
אָפיציעלע שפּראַך העברעיש, אַראַביש
שטח 6.832 קוואדראט ק"מ
הייך 523 מעטער

 ‑ אין שטאָט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקייט

20,700‏  (שטייענדיג 2010)
3,030 באוואוינער א ק"מ2
צייט זאָנע UTC+2

מעלות-תרשיחאַ (אַראַביש: معالوت ترشيحا) איז אַ שטאָט אין צפון דיסטריקט, ישראל. זי איז דערקלערט געווארן אַ שטאָט אין 1996. די שטאָט ליגט אין דעם מערב גליל וועגן 600 פֿיס העכער ים שטאַפּל. דער קראַנטער בירגערמייסטער איז שלמה באָהבאָט, וואס דינט אין דעם אמט זינט יאָר 1976.


די שטאט איז א געמישטע, תרשיחא איז א שטאט מיט אראבער, צען א האלב פראצענט קריסטן, און צען פראצענט מוסלמענער, און איין פראצענט דרוזן. פון די איבריקע אכציק פראצענט, זיבן און זעכציק פראצענט יידן, און די איבריקע "אנדערע" (אסאך פון די אלטע ראטן פארבאנד לענדער, זענען נישט קיין יידן, און געהערן נישט אן צו קיין איינע פון די רעליגיעס).

לויט די צענטראלע ביורא פאר סטאטיסטיק, האט מעלות 21,500 איינוווינער, ריכטיק פאר סעפטעמבער 2009.

די שטאט געפונט זיך אין מערב גליל, און די הויכקייט פון שטאט איז בערך 600 מעטער, העכערן ים פלאך. שאסיי 89, פון צפת-נהריה, פארט אריבער נאנט צו די שטאט, און צוטיילט צווישן מעלות און תרשיחא.

היסטאריע

תרשיחא איז אן אלטע שטאט, און ווערט דערמאנט אין די צייטן פון קרייצצוג, און עטליכע קאמפן זענען פארגעקומען, צווישן די קריסטן און מוסלמענער. אין די צייטן פון אטאמאנישע אימפעריע, און דער בריטישער מאנדאט, איז תרשיחא געווארן גרעסער, וויבאלד עס געפונט זיך אויפן וועג צווישן עכו און צפת. ביי די מלחמת השחרור, זענען פארגעקומען שווערע קאמפן, ווי צום סוף האט צה"ל ארויסגעשטויסן, די אראבישע רעטונגס ארמיי, אין שפיץ פון קאוקדזשי.

אין 1957, איז מעלות געגרינדעט געווארן, דורך נייע עולים פון רומעניע, און מאראקא.

אום 15טן מיי 1974, האט א שרעקליכע טראגעדיע באטראפן דעם שטאט, ווען טעראריסטן, האבן אומגעברענגט דריי איינוווינער פון שטאט, מיט 22 קינדער און נאך דריי אנדערע עלטערע מענטשן, און א צה"ל זעלנער.

אין די 1990ער יארן, האט די שטאט אריינגענומען אסאך נייע עולים, פון די ראטן פארבאנד לענדער, וואס האט פארדאפלט די באפעלקערונג אין שטאט.

אין יאר 2006 ביי די צווייטע לבנון מלחמה, זענען אריבער 600 קאטיושא ראקעטן, געפאלן אין די שטאט, פון איין אזא ראקעטע וואס איז געפאלן אין תרשיחא, זענען דריי יוגענטליכע אומגעקומען.

צווילינג שטעט

מוסטער:שטעט אין ישראל