באַניצער:רושם רשימות/קינות לתשעה באב

פון המכלול
< באַניצער:רושם רשימות
ווערסיע פון 22:53, 3 אויגוסט 2025 דורך רושם רשימות (שמועס | ביישטייערונגען) (עמ"י עש"ו)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
Bucket in the sand.svg
דער בלאט איז נישט קיין ענציקלאפעדישע ארטיקל
דער בלאט איז א דרעפט פון רושם רשימות.
דער בלאט איז נישט קיין ענציקלאפעדישע ארטיקל
דער בלאט איז א דרעפט פון רושם רשימות.


פיוטים און קלאג לידער וואס זענען פארפאסט געווען צו זאגן אום תשעה באב. איבער דעם חורבן בית המקדש וואס האט פאסירט אין דעם טאג, און די גלות'ן אין וואס מען איז דאן פארטריבן געווארן.

דער אריגינעלער מנהג איז געווען צו זאגן די פיוטים פון קינות, ביי די ברכה פון בונה ירושלים ביי חזרת הש"ץ, אלס א המשך צום קרובה פון תשעה באב. אבער דער אנגענומענער מנהג איז צו זאגן די פיוטים הערשט נאך די שמונה עשרה, מיט א קלאגנדיגער נוסח זיצנדיג אויף ערד.

קינות פון קליר

רבי אלעזר הקליר האט פארפאסט גאר א גרויסע צאל קינות אויף תשעה באב, און דאס מערהייט פון די קינות לויט מנהגי אשכנז באשטייען פון זיינע פיוטים. עס זענען פארהאן א צאל קינות פון אים וואס זענען אפגעהיטן געווארן בלויז אין די מנהגים פון איטאליע.

עס זענען פארהאן עטליכע קרובות פון קליר אויף תשעה באב, וואס זענען אויף די ברכות פון שמונה עשרה, פון אנהייב ביז דער ברכה פון בונה ירושלים, וואו דארט ווערט עס פארשברייטערט מיט א גרויסע צאל קינות.

די קינות זענען באזירט אויף די פסוקים פון איכה. און ביי א גרויסע צאל פון זיי ווערט דער ערשטער ווארט פונעם פסוק קונסטליך אריינגעפלאכטן אינעם פיוטים.

סוף פון יעדן פיוט האט ער צוגעלייגט א קורצער סטאנץ, צו דינען אלס "אריבערגאנג" צווישן אין פיוט און דעם צווייטן, דער ערשטער ווארט פונעם איבערגאנג-סטאנץ איז דער לעצטער ווארט פונעם פאריגן פיוט, און עס ענדיגט זיך מיט'ן אנהייב פונעם קומענדיגן פיוט. מיט די יארן איז אבער עטוואס פארדרייט געווארן די סדר פון די פיוטים, און אין טייל קהילות וועט מען אויסלאזן די איבערגאנג-סטאנצן וואס האבן נישט קיין געהעריגער פשט. די סטאנצן זענען פארצייכנט מיט'ן אקראסטיך "אלעזר".

אין מנהג איטאליע זענען דא ביי געוויסע פלעצער אנדערע איבערגאנג-סטאנצן, לויט זייער אויסשטעל פון די קינות, וואס זענען פארצייכנט לויט'ן מחבר "שמואל". (דער זעלבער נאמען "שמואל" געפינט מען אויך ביי אנדערע קליר'ס קרובות'ן ביי די איבערגאנג-סטאנצן צו דער ברכה פון שמונה עשרה).






רעפערענצן