רוי:רבי משה נאג'ארה

ווערסיע פון 18:01, 22 יוני 2025 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (בס"ד)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

שאפט זײן פּירוש אױף דער תורה

צו דער צײט פון דער גרױסער קולטורעלער אױפבּליאונג פון צפת אין זעכצנטן יאָרהונדערט האָבּן דאָרטן אױפגעשטראַלט צװײ בּאַדײטנדיקע פּערזענלעכקײטן, אַ פאָטער מיט אַ זון; דאָס זענען געװען ר’ משה בּ“ר לױ נגארה מיט זײן זון ר’ ישראל בּ“ר משה נגארה. געװײנלעך זענען קינדער פון גרױסע עלטערן כמעט שטענדיק געבּליבּן הינטערשטעליק. די גרױסע עלטערן האָבּן נישט געקאָנט איבּערגעבּן זײערע קינדער זײער טאַלאַנט, זײער זשעני, זײערע פעאיקײטן, זײ זאָלן פאָרטזעצן די קולטורעלע, שעפערישע אַרבּעט. עס זענען אָבּער אױך, נאַטירלעך, געװען אױסנאַמען. עס זענען געװען קינדער, װאָס זענען געװען גלײך װי זײערע עלטערן און טײל מאָל אױך גרעסער. אין דעם פאַל פון דער פאַמיליע נגארה איז טאַקע אױך אױסגעקומען, אַז דער זון האָט פאַרטונקלט דעם פאָטער, אַז ער האָט אים אַריבּערגעיאָגט אין פּאָפּולאַריטעט. דאָס איז גראָד נישט געװען דערפאַר, װאָס דער זון איז געװען גרעסער פאַר דעס פאָטער אױף דעמזעלבּן געבּיט, זײ זענען געװען בּײדע שעפעריש אױף גאַנץ בּאַזונדערע געבּיטן. דער פאָטער איז געװען אַ גרױסער למדן און ס’קאָן זײן, אַז דער זון איז אין תורה געװען קלענער, דערפאַר אָבּער איז ער געװען גרױס אױף אַן אַנדער פעלד — אױפן פעלד פון דיכטער־קונסט, ער איז געװען אײנער פון די שענסטע דיכטער אין מיטלאַלטער.

ר’ משה נגארה האָט געשטאַמט פון אַ בּאַװוּסטער לומדישער פאַמיליע אין שפּאַניע, װעלכע האָט געלעבּט אין דער שטאָט נאַדזשאַראַ, פון װאָס עס שטאַמט אױך זײער פאַמיליען־נאָמען. זײן פאָטער ר’ לױ נגארה איז געװען גוט אײנגעאָרדנט און גוט אײנגעבּירגערט אין לאַנד, נאָר אַז ס’איז אָנגעקומען דאָס גרױסע אומגליק, און ס’איז אַרױס די גרױסע גזירה פון די שפּאַנישע הערשער, אַז ײדן מוזן פאַרלאָזן דאָס לאַנד, האָט ער אױך אױסגעװאַנדערט מיט אַלע ײדן צוגלײך און איז אַװעק קײן קאָנסטאַנטינאָפּאָל. ער איז אַװעק קײן צפת, װעלכע האָט שטאַרק געצױבּערט די ספרדישע ײדן מיט אירע גרױסע לומדים און מיסטיקער, און דאָרטן איז אין יאָר 1502 געבּױרן געװאָרן ר’ משה נגארה. ר’ משה נגארה האָט בּאַקומען די געװײנלעכע דערציאונג, װעלכע האָט געפּאַסט פאַר יענער צײט אין דעם לומדישן און מיסטישן צפת. ער האָט געלערנט תורה אין די דאָרטיקע בּאַרימטע ישיבות און אַז ער איז אַלט געװאָרן אַ יאָר דרײסיק, איז ער שױן בּאַקאַנט געװען אַלס אײנער פון די גרעסטע לומדים אין צפת. ר’ משה איז אױך בּאַקאַנט געװען אַלס בּאַדײטנדיקער בּעל־הוראה, מיט װעמעס מײנונג די צפתער רבּנים האָבּן זיך שטאַרק גערעכנט און אַלס ראש הישיבה. ער האָט געהאַט אָנגעפירט מיט אַ גרױסער ישיבה, אין װעלכער עס האָבּן זיך געהאַט געלערנט פיל תלמידים און פון װעלכער עס זענען געהאַט אַרױס בּאַדײטנדיקע לומדים.

פיל יאָרן זענען אַזױ אַװעק אין לערנען תורה און פאַרשפּרײטן תורה. די לאַגע אין צפת איז געװען פאַרהעלטניסמעסיק אַ רואיקע, אָבּער שפּעטער האָבּן זיך די „פרײנטלעכע שכנים“ צעבּושעװעט, מען האָט אָנגעהױבּן מאַכן בּלבּולים אױף ײדן, מען האָט אָנגעהױבּן שלאָגן ײדן, װי "זײ“ קענען, און ר’ משה איז געצװוּנגען געװען אױסצוּװאַנדערן. ער איז אַװעק קײן דמשק, װוּהין נאָך אַנדערע בּאַרימטע גײסטער זענען אַװעק. דאָס זענען געװען ר’ משה מטראני, ר’ יעקב בירב, ר’ אברהם גאַלאַנטי, ר’ משה אלשיך און ר’ חײם װיטאַל. די אַלע זענען אַװעק פון צפת, װוּ די סכנה איז געװען גרױס.

דמשק, װעלכע איז די עלטסטע פאַרבּליבּענע שטאָט אין דער ײדישער געשיכטע, װעלכע האָט געזען דעם אױפגאַנג פון דעם ײדישן פאָלק און פון דער ײדישער קולטור, איז צו יענער צײט נאָך אַלץ געװען אין אַ בּעסערן צושטאַנד, װי די איבּעריקע ײדישע קהלות אין סיריע און ארץ־ישראל. ײדן האָבּן זיך געהאַט פאַרנומען מיט מלאכה און מסחר. עס זענען אַפילו געװען גרױסע גבירים, װאָס האָבּן געפירט געשעפטן נישט נאָר מיט ארץ־ישראל און מצרים, נאָר זאָגאַר מיט איטאַליע, און זײערע סחורות האָבּן אַפילו דערגרײכט צו די בּרעגעס פון װענעדיג. די ײדן זענען געװען גרױסע סוחרים, ערשטנס, דורך דעם, װאָס זײ האָבּן געקענט עטלעכע שפּראַכן, — טערקיש, אַראַבּיש, פּערסיש און איטאַליעניש, און, צװײטנס, װײל זײ האָבּן אומעטום, אין אַלע לענדער, געהאַט פאַרבּינדונגען מיט אײגענע ײדן.

די ײדן אין דמשק זענען געװען די רײכסטע פון אַלע ײדישע קהלות איז ארץ־ישראל און סיריע. זײ האָבּן נישט געדאַרפט אָנקומען צו פרעמדע שטיצע, פאַרקערט, זײ האָבּן פיל געשטיצט די ײדישע קהלות אין ארץ־ישראל. אין דמשק זענען אױך געװען, פּונקט אַזױ װי הײנט בּײ אונז, געװיסע פילאַנטראָפּישע געזעלשאַפטן מיט פּרעזעסן, װעלכע האָבּן געזאַמלט געלט פאַר די אָרעמעלײט און תלמידי־חכמים אין ארץ־ישראל. טאָמער האָט זיך עפּעס אין ארץ־ישראל געמאַכט אַ שטיקל אומגליק, פלעגט מען תיכף שיקן אַ „דעלעגאַציע“ קײן דמשק, אױף צו מאַכן זאַמלונגען, און די רײכע ײדן פון דמשק פלעגן אין זײערע צװאות איבּערלאָזן גרױסע סומעס געלט פאַר די אָרעמעלײט, לומדים און ישיבות פון ירושלים און צפת. אױסער דער מאַטעריעלער שטיצע, װאָס די דמשקער ײדן האָבּן געהאַט געגעבּן פאַר די ײדן פון ארץ־ישראל, האָבּן זײ אױך פיל געטאָן בּײ דער רעגירונג, מען זאָל זײ נישט אַזױ בּאַלעסטיקן און לאָזן לעבּן רואיק. זײ פלעגן זיך משתדל זײן בּײ דער לאָקאַלער מאַכט און אַפילו בּײ דעם סולטאַן אין קאָנסטאַנטינאָפּאָל. די ײדן פלעגן דאָרטן שטענדיק אײנאָרדענען פּראָטעסט־מיטינגען אױף דעם מאַרק־פּלאַץ קעגן די לאָקאַלע בּאַאַמטע, װעלכע פלעגן אָנטאָן די ײדן געבּרענטע צרות.

נאָר קײן רײסענישן צװישן זיך גופא האָט נישט געפעלט. די אָרטיקע געבּױרענע ײדן האָבּן זיך נישט געקאָנט פאַרטראָגן מיט די שפּאַנישע ײדן, דערבּײ האָבּן זיך די שפּאַנישע ײדן, װעלכע האָבּן זיך געהאַלטן פאַר העכער אין קולטור, פּשוט נישט געקאָנט פאַרטראָגן מיט די אָריענטאַלישע ײדן. די אָרטיקע ײדן האָבּן געקוקט אױף די שפּאַנישע ײדן, װי אױף „פרעמדע“, װי אױף „גרינ־האָרנס“. די שפּאַנישע ײדן, דאַקעגן, האָבּן נישט געקאָנט פאַרטראָגן זײערע אָריענטאַלישע בּגדים און זײער גאַנצע אױפפירונג. איבּערהױפּט זענען דידאָזיקע סכסוכים אָנגעגאַנגען צװישן די רבּנים. די אָרטיקע געבּױרענע האָבּן זיך געהאַלטן פאַר גרױסע מומחים, פאַר גרױסע קענער אין די מנהגים פון אָריענט. די ספרדישע רבּנים, װידער, האָבּן געהאַלטן, אַז זײ װײסן בּעסער. די צפתער רבּנים, פאַר װעלכע אַלע ײדן אין סיריע האָבּן געהאַט גרױס רעספּעקט, האָבּן געהאַלטן מיט די ספרדים אין דמשק און ס’איז אױסגעקומען, אַז די אַלט־אײנגעזעסענע זענען געװען, אַזױ צו זאָגן, אין „גלות“ בּײ די נײ־אָנגעקומענע, די שפּאַנישע, ײדן. עס איז אָבּער אינטערעסאַנט, אַז כאָטש די מחלוקות פלעגן אָפט דערגײן בּיז דער גרעסטער שאַרפקײט, האָט אָבּער קײנמאָל נישט געהאַט פּאַסירט, אַז דער סכסוך זאָל אַריבּער אין געריכט. אַלע סכסוכים פלעגן סוף־כל־סוף דערלײדיקט װערן דורך די רבּנים גופא. דאָס איז געװען, אַזױ צו זאָגן, די ערשטע צײט פון דעם שפּאַנישן דרוק אין סיריע און ארץ־ישראל. שפּעטער אָבּער האָבּן די סכסוכים אױפגעהערט. עס האָט זיך שפּעטער אַלץ אױסגעמישט, װאָרום סוף־כל־סוף זענען דאָך אַלע געװען ײדן, און עס האָט זיך געבּילדעט אײן בּאַדײטנדיקע ײדישע קהלה.

גײסטיק זענען די דמשקער ײדן נישט געשטאַנען זײער הױך. זײ האָבּן געלערנט גאַנץ װײניק. גמרא מיט פּלפּול איז פאַר זײ געװען אַ צו־שװערע זאַך און זײ האָבּן דעריבּער בּעסער ליבּ געהאַט אגדה, דרוש. דאָס פּשוטע פאָלק איז געװען צעלאָזן. זײ האָבּן געקענט גוט אַראַבּיש, זײ האָבּן געזונגען אַראַבּישע לידער און האָבּן פּרובּירט „לעבּן אַ טאָג“. הױפּטזעכלעך האָבּן זיך, װי דער שטײגער איז, אױסגעצײכנט די פרױען, װעלכע זענען געגאַנגען גאַנץ „אָפנהאַרציק געקלײדט“, האָבּן זיך געפּוצט און געשמירט מיט פּאַרפיום, צו רײצן די תאװת און צו װײזן זײער שײנקײט.

די נײ־אָנגעקומענע גדולים פון צפת האָבּן אָנגעװענדט אַלע כחות אױפצוהײבּן דעם קולטורעלן און מאָראַלישן צושטאַנד פון דעם בּרײטן עולם. מען האָט געגרינדעט ישיבות, מען האָט אָנגעהױבּן לערנען תורה. אַפילו קבּלה האָט זיך דאָרטן אָנגעהױבּן פאַרשפּרײטן דורך ר’ חײם װיטאַל, דעם האר“יס תלמיד מובהק, כאָטש זי האָט דאָרט נישט לאַנג אָנגעהאַלטן. תלמודישע אױסבּילדונג איז געװען מער דױערהאַפט. ר’ משה נגארה, אָנקומענדיק קײן דמשק, איז בּאַלד אױפגענומען געװאָרן אַלס ראש רבּנים פון דער קהלה. מען האָט אױף אים דעמאָלט געזאָגט: „אשרי מי שבא לכאן ותלמודו בידו“. ער האָט אױך דאָרטן אָנגעהױבּן צו פירן אַ ישיבה און האָט יעדן שבּת געהאַלטן דרשות, װעלכע זענען דעם בּרײטן עולם שטאַרק געפעלן געװאָרן. ער איז געװען געשעצט אוּן געאַכטעט.

ר’ משה נגארה האָט, אַ חוץ דעם אַלעם, געשאַפן אױך אַ פּירוש אױף דער תּורה אונטערן נאָמען „לקח טוב“. זײן פּירוש איז זײער אַן אײגנאַרטיקער, זײער אַן אָריגינעלער, כאָטש ער איז נישט אַזױ שטאַרק בּאַדײטנדיק. זײן פּירוש איז נישט על דרך הפּשט, על דרך הדרוש, לױט פילאָזאָפיע, לױט סימבּאָליק, לױט קבּלה. זײנע פּירושים זענען מער על פּי הלכה. ער טײטשט אױס די פּסוקים פון דער תורה לױט דעם תלמוד, לױט דעם ספרא, ספרי, מכילתא, װי אױך לױטן זוהר. אין זײן הקדמה צום „לקח טוב“ זאָגט ר’ משה, אַז ער האָט נאָך גאַנץ יונגערהײט אָנגעהױבּן זיך צוּצוגרײטן אױסצופאָרשן און צוּ פאַרשטײן די תורה אַזױ װי זי איז אָנגענוּמען געװאָרן אין איר אױסטײטשונג לױט די חכמים פון דער משנה און פון תלמוד. ער האָט נאָך פוּן דער פריסטער יוגנט גענוּמען לערנען די מפרשי התורה און ער האָט נישט געפונען דאָס, װאָס ער האָט געװאָלט. אַפילו רש“י איז אים נישט געפעלן געװאָרן, װײל רש“י, זאָגט ער, האָט מקצר געװען אין ערטער, װוּ ער האָט געדאַרפט מאריך זײן און האָט מאריך געווען אין ערטער, װוּ ער האָט געדאַרפט מקצר זײן. ער האָט דעריבּער פּרובּירט גײן אױף א נײעם װעג, אױף דעם װעג, װאָס ער האָט געהאַט געזוכט.

זײן טױט. — אױפשטײג און ר’ ישראלן

צו דער צײט, װאָס ר’ מישה נגארה האָט נאָך געהאַט געלעבּט אין צפת, אײדער ער האָט געמוּזט אַנטלױפן קײן דמשק, איז בּײ אים אין יאָר 1555 געבּױרן געװאָרן אַ זון, װעלכן מען האָט אַ נאָמען געגעבּן ישראל, און ער איז דאָס שפּעטער געװען דער בּאַװוּסטער ר’ ישראל ננארה, װעלכער איז געװען איינעד פון די בּעסטע משוררים פון מיטלאַלטער.

דער יונגער ישראל האָט זיך דערצױגן נישט בּלויז אין דעם הױז פון זײן גרויסן פאָטער, װוּ עס האָט געהאַט געהערשט אַן אַטמאָספער פון תורה, נאָר אויך אין דער ישיבה פוּן זײן פאָטער. ער האָט געלערנט תלמוד מיט די בּאַקאַנטע מפרשים, ער האָט געלערנט פּוסקים, ער האָט אָבּער אױך בּײ זײין פאָטער געלערנט די העבּרעאישע שפּראַך, די מליצה־שרײבּערײ, װאָס מען האָט דעמאלט געהאַט קולטיװירט איז די ישיבות. די ספרדישע ײדן האָבּן געהאַט אַ געוואַלטיקע נײטונג אוּן אױך אַ ליבּשאַפט צו פּאָעזיע, צו מליצה, צו שײן־שרײבּערײ, װאָס זײ האָבּן, אײגנטלעך, געהאַט צום אָנהײבּ איבּערגענומען פוּן די אַראַבּער און האָבּן זײ אַלײן שפּעטער זעלבּסטשטענדיק געפלעגט אוּן קוּלטיװירט, דורך װאָס עס איז געשאַפן געװאָרן די גרױסע ײדישע דיכטערישע קוּנסט אין מיטלאַלטער. אין סאַלאָניקי איז אַפילו געװען, אַזױ צוּ זאָגן, אַ שולע פאַר פּאָעזיע, װוּ עס פלעגן זיך אײן מאָל אַ חודש צונױפקומען אַלע דיכטער און יעדער אײנער פלעגט פאָרלײענען אײנע פון זײנע שאַפונגען. מען פלעגט אױך פון אַנדערע שטעט אַרײנשיקן שירים, זײ זאָלן פאָרגעלײענט װערן, און צװישן זײ איז אױך געװען ר’ ישראל נגארה. ר’ ישראל איז מיט זײנע שירים זײער פּאָפּולער געװאָרן. צפת האָט שטאָלצירט מיט אים. אַלע גרעסטע רבּנים און לומדים זענען געװען בּאַגײסטערט פון זײנע שירים און האָבּן אים זײער הױך געשעצט.

ער איז אָבּער, קענטיק, געװען זײער אַן אומרואיקער מענטש. ער איז געװען פון דעם טיפּ אבן עזרא, — װאַנדער־מענטשן, װאָס האָבּן נישט געקאָנט אײנזיצן רואיק אױף אײן אָרט. ער האָט זיך אין אײן העלן פרימאָרגן אױפגעהױבּן און איז אַװעק קײן דמשק, װוּ ער האָט אָנגענומען די שטעלע פון חזנות אין דער דאָרטיקער ספרדישער קהלה. ער איז אָבּער אױך דאָרטן נישט געבּליבּן לאַנג. ער האָט װידער אָנגעהױבּן װאַנדערן. ער איז פון דאָרט אַװעק קײן בּרוסא און פון דאָרט איז ער צוריקגעקומען קײן דמשק. ער האָט אָבּער שױן איצט נישט געהאַט קײן גראָשן בּײ זיך. ער האָט נישט געקאָנט פאַרדינען אױף צום לעבּן, האָט ער געפונען אַ גוטן פרײנט, בּײ װעלכן ער האָט געהאַט געמאַכט אַ הלװאהלע און דערנאָך האָט ער זיך װידער אַװעקגעלאָזט װאַנדערן אַ געװיסע צײט אין די אַלע שטעט און שטעטלעך אַרום, בּיז ער איז ענדלעך צוריקגעקומען קײן דמשק.

איצט האָט זיך בּײ ר’ ישראל נגארה אָנגעהױבּן צו פאָרמירן, רײף צו װערן דער טאַלאַנט. ער האָט אָנגעהױבּן צו שרײבּן לידער, װעלכע האָבּן מיט זײער רײץ און שײנקײט אָנגעהױבּן דערמאָנען אָן יענע לידער, װעלכע די גרױסע ײדישע דיכטער האָבּן געהאַט געזונגען אין דעם אַלטן שפּאַניע. דערצו האָט ער נאָך זײנע שירים געשריבּן צו געװיסע אַראַבּישע און טערקישע מאָטיװן און אַזױ אַרום האָט מען זײנע לידער אָנגעהױבּן זינגען איבּערן גאַנצן לאַנד.

ר’ ישראל נגארה איז װירקלעך געװען אַן עכטער בּאָהעמיען. אַ חוץ דעם, װאָס דאָס איז געװען צו בּאַמערקן פון זײן אומרואיקײט, פון זײן װאַנדער־לוסט, פון פליען פון אײן שטאָט אין אַן אַנדערער, איז דאָס אױך געװען צו זען פון זײן פױלענצערײ. ער האָט ליבּ געהאַט גאַנצע טעג אַרומצוגײן אין די גערטנער און אין די פּרדסים מיט אַ חברה פרײנט און זינגען זײנע שײנע לידער. אָט אין די װײנגערטנער, אין אָט די בּלומען־גערטנער האָט ער ליבּ געהאַט צו פאַרבּרענגען זײן צײט און דאָרטן האָט ער געשאַפן זײנע לידער. דערדאָזיקער אַרט לעבּן איז די דמשקער ײדן נישט געפעלן געװאָרן. איבּערהױפּט די קבּלה־ײדן, װעלכע האָבּן געהאַלטן, אַז אַ מענטש דאַרף װאָס מער אױסמײדן די תענוגים פון דער װעלט, װאָס דאַרפן אָנװענדן זײערע כחות צו לעבּן אַסקעטיש און אָפּקומען אױף דער װעלט. מען האָט דעריבּער אױסגעטראַכט אױף אים פאַרשידענע מעשיות, כדי צו פאַרשװאַרצן זײן פּנים אין די אױגן פון זײנע צײט־מענטשן. אײנער פון זײנע הױפּט־קעגנער איז געװען דער מקובּל ר’ חײם װיטאַל. דער האר“י הקדוש איז געװען זײער שטאַרק אַנטציקט פון ר’ ישראלס שירים. ער האָט געזאָגט, אַז זײנע שירים זענען געשאַפן געװאָרן מיט רוח־הקודש. אָבּער ר’ חײם װיטאַל איז געװען קעגן אים. ער האָט געזאָגט, אַז, הגם, זײנע שירים זענען גאַנץ שײנע, איז ער אַלײן אָבּער נישט סימפּאַטיש; ער רעדט שטענדיק גראָבּע רײד און איז שטענדיק שיכור. ער האָט ליבּ צו כאַפּן אַ טענצל און האָט ליבּ דעם בּיטערן טראָפּן און דעריבּער איז אַ חרפּה מיט אים צו שמועסן.

צוליבּ געװיסע פאַמיליען־אָנגעלעגנהײטן האָט אים זײן פאָטער, װעלכער האָט דעמאָלט געװױנט אין צפת, אַרױסגערופן אַהײם. דאָרטן האָט ר’ ישראל חתונה געהאַט און געהאַט אַ טאָכטער, אַראָ, װעלכע איז צו צען יאָר געשטאָרבּן. דאָס האָט ר’ ישראלן שטאַרק דערשיטערט, אָבּער דאָס איז נאָך געװען װײניק. אין אַ קורצער צײט שפּעטער איז אין צפת אױסגעבּראָכן אַ גרױסע מגפה און דאַן איז אױך זײן פרױ געשטאָרבּן. דעמאָלט האָט זיך די גאַנצע משפּחה נגארה, ר’ משה מיט זײן זון ר’ ישראל, בּאַזעצט אין דמשק. דאָרטן האָט ר’ ישראל חתונה געהאַט צום צװײטן מאָל און האָט געהאַט דרײ זין, פון װעלכע אײנער, ר’ אברהם, איז געװען רב אין עזה.

נישט קוקנדיק אױף זײנע שטענדיקע װאַנדערנישן און צרות, האָט ער דאָך געשאַפן שײנע לידער, װעלכע זענען געבּליבּן בּײ אונז אױף אײבּיק. ר’ ישראל האָט געשאַפן סאַטירישע לידער, אין װעלכע ער האָט זיך אָפּגערעכנט מיט די אַלע טאַלאַנטלאָזע פראַזן־שיסער און גראַמען־מאַכער. ער האָט געשריבּן שירים, רעליגיעזע לידער, אײנגעװיקלט אין אַן עראָטישן לבוש, אין דעם לבוש פון ערדישער ליבּע. ר’ ישראל האָט אױך פיל פּיוטים געשאַפן און צװײ פון זײ זענען אַרײן אין אונזערע תפלות.

אונטער דער צײט איז געשטאָרבּן זײן פאָטער, ר’ משה נגארה, און ר’ ישראל איז אַװעק קײן צפת, מיט דעם צװעק צונױפצוזאַמלען אַלע זײנע לידער, װעלכע ער האָט דאָרטן געהאַט איבּערגעלאָזט, אײדער ער איז אַװעק קײן דמשק, און זײ אַרױסצוגעבּן, װאָרום אײנער, אַ מעצענאַט, האָט אים געהאַט צוגעזאָגט צו העלפן די װערק אָפּצודרוקן. דאָרטן האָט ער צוערשט אַרױסגעגעבּן זײן װערק „זמירות ישראל“ און אַ יאָר שפּעטער זײן װערק „משחקת בתבל“, אַ װערק איבּער עטיק אין אַ פּאָעטישער פאָרם. פון די אַלע ספרים האָט אָבּער ר’ ישראל קײן לעבּן נישט געקאָנט מאַכן. ער האָט װידער געמוזט אַװעקגײן פון זײן געבּורטס־לאַנד און אַװעק קײן דמשק צום דריטן מאָל, װוּ עס האָבּן געװױנט פיל פון זײנע פרײנט און פאַרערער און זײ האָבּן שױן בּאמת געהאַט געטאָן פאַר אים, אַז ער זאָל קאָנען עקזיסטירן. צו דער צײט איז זײן נאָמען פאַרשפּרײט געװאָרן איבּער דער גאַנצער אײראָפּעאישער טערקײ, אין ארץ־ישראל, סיריע און עגיפּטן און ער איז אומעטום געשעצט געװאָרן. ער איז, אַגב, דאַן געשטאַנען אין פאַרבּינדונג מיט די בּעסטע דיכטער פון דעמאָלטיקן טערקײ.

אױסער די „זמירות ישראל“, האָט ר’ ישראל נגארה פאַרעפנטלעכט זײנע פּאָעטישע װערק: „מימי ישראל“, „שארית ישראל“, װי אױך „פּזמונים“. ער האָט אָבּער געהאַט געשאַפן אױך אַנדערע װערק, למשל אַ ספר „מקוה ישראל“ — אַ ספר פון פערציק דרשות; ער האָט געשאַפן אַ פּירוש אױף איוב אונטערן נאָמען „פּצעי אוהב“ און: אױך אַ גרױסן פּירוש אױף דער תורה אונטערן נאָמען „מערכות ישראל“. עס װערט אָנגעגעבּן, אַז ר’ דוד קאַרפאַנטי האָט דעמדאָזיקן פּירוש געהאַט געזען בּײ זײן זון, ר’ אברהם נגארה, װעלכער איז געװען רב אין עזה.

ר’ ישראל האָט זײער פיל געלײסטעט פאַרן טערקישן ײדנטום אױפן געבּיט פון פּאָעזיע, װי אױך אױפן געבּיט פון תּורה. עס האָבּן זיך אַרום אים געזאַמלט פיל אַנדערע. דיכטער פון דמשק. ער איז געװאָרן דער צענטער פון דער שײנער ליטעראַטור, פון פּאָעזיע אין דער גאַנצער טערקישער אימפּעריע. אױף די גאַנץ אַלטע יאָרן איז ר’ ישראל אַװעק קײן עזה צו זײן זון, ר’ אברהם, און ער איז דאָרט געשטאָרבּן אין יאָר 1628.

ביבליאגראפיע