רוי:רבי משה נאג'ארה

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

שאפט זיין פירוש אויף דער תורה

צו דער צייט פון דער גרויסער קולטורעלער אויפבליאונג פון צפת אין זעכצנטן יארהונדערט האבן דארטן אויפגעשטראלט צוויי באדייטנדיקע פערזענלעכקייטן, א פאטער מיט א זון; דאס זענען געווען ר' משה ב"ר לוי נגארה מיט זיין זון ר' ישראל ב"ר משה נגארה. געווענליך זענען קינדער פון גרויסע עלטערן כמעט שטענדיג געבליבן הינטערשטעליק. די גרויסע עלטערן האבן נישט געקאנט איבערגעבן זייערע קינדער זייער טאלאנט, זייער זשעני, זייערע פעאיקייטן, זיי זאלן פארטזעצן די קולטורעלע, שעפערישע ארבעט. עס זענען אבער אויך, נאטירלעך, געווען אויסנאמען. עס זענען געווען קינדער, וואס זענען געווען גלייך ווי זייערע עלטערן און טייל מאל אויך גרעסער. אין דעם פאל פון דער פאמיליע נגארה איז טאקע אויך אויסגעקומען, אז דער זון האט פארטונקלט דעם פאטער, אז ער האט אים אריבערגעיאגט אין פאפולאריטעט. דאס איז גראד נישט געווען דערפאר, וואס דער זון איז געווען גרעסער פאר דעס פאטער אויף דעמזעלבן געביט, זיי זענען געווען ביידע שעפעריש אויף גאנץ באזונדערע געביטן. דער פאטער איז געווען א גרויסער למדן און ס'קאן זיין, אז דער זון איז אין תורה געווען קלענער, דערפאר אבער איז ער געווען גרויס אויף אן אנדער פעלד — אויפן פעלד פון דיכטער־קונסט, ער איז געווען איינער פון די שענסטע דיכטער אין מיטלאלטער.

ר' משה נגארה האט געשטאמט פון א באוואוסטער לומדישער פאמיליע אין שפאניע, וועלכע האט געלעבט אין דער שטאט נאדזשארא, פון וואס עס שטאמט אויך זייער פאמיליען־נאמען. זיין פאטער ר' לוי נגארה איז געווען גוט איינגעארדנט און גוט איינגעבירגערט אין לאנד, נאר אז ס'איז אנגעקומען דאס גרויסע אומגליק, און ס'איז ארויס די גרויסע גזירה פון די שפאנישע הערשער, אז אידן מוזן פארלאזן דאס לאנד, האט ער אויך אויסגעוואנדערט מיט אלע אידן צוגלייך און איז אוועק קיין קאנסטאנטינאפאל. ער איז אוועק קיין צפת, וועלכע האט שטארק געצויבערט די ספרדישע אידן מיט אירע גרויסע לומדים און מיסטיקער, און דארטן איז אין יאר 1502 געבוירן געווארן ר' משה נגארה. ר' משה נגארה האט באקומען די געוויינליכע דערציאונג, וועלכע האט געפאסט פאר יענער צייט אין דעם לומדישן און מיסטישן צפת. ער האט געלערנט תורה אין די דארטיקע בארימטע ישיבות און אז ער איז אלט געווארן א יאר דרייסיג, איז ער שוין באקאנט געווען אלס איינער פון די גרעסטע לומדים אין צפת. ר' משה איז אויך באקאנט געווען אלס באדייטנדיקער בעל־הוראה, מיט וועמעס מיינונג די צפתער רבנים האבן זיך שטארק גערעכנט און אלס ראש הישיבה. ער האט געהאט אנגעפירט מיט א גרויסער ישיבה, אין וועלכער עס האבן זיך געהאט געלערנט פיל תלמידים און פון וועלכער עס זענען געהאט ארויס באדייטנדיקע לומדים.

פיל יארן זענען אזוי אוועק אין לערנען תורה און פארשפרייטן תורה. די לאגע אין צפת איז געווען פארהעלטניסמעסיק א רואיקע, אבער שפעטער האבן זיך די "פריינטליכע שכנים" צעבושעוועט, מען האט אנגעהויבן מאכן בלבולים אויף אידן, מען האט אנגעהויבן שלאגן אידן, ווי "זיי" קענען, און ר' משה איז געצוואונגען געווען אויסצואוואנדערן. ער איז אוועק קיין דמשק, וואוהין נאך אנדערע בארימטע גייסטער זענען אוועק. דאס זענען געווען ר' משה מטראני, ר' יעקב בירב, ר' אברהם גאלאנטי, ר' משה אלשיך און ר' חיים וויטאל. די אלע זענען אוועק פון צפת, וואו די סכנה איז געווען גרויס.

דמשק, וועלכע איז די עלטסטע פארבליבענע שטאט אין דער יידישער געשיכטע, וועלכע האט געזען דעם אויפגאנג פון דעם יידישן פאלק און פון דער יידישער קולטור, איז צו יענער צייט נאך אלץ געווען אין א בעסערן צושטאנד, ווי די איבעריקע יידישע קהלות אין סיריע און ארץ־ישראל. אידן האבן זיך געהאט פארנומען מיט מלאכה און מסחר. עס זענען אפילו געווען גרויסע גבירים, וואס האבן געפירט געשעפטן נישט נאר מיט ארץ־ישראל און מצרים, נאר זאגאר מיט איטאליע, און זייערע סחורות האבן אפילו דערגרייכט צו די ברעגעס פון ווענעדיג. די אידן זענען געווען גרויסע סוחרים, ערשטנס, דורך דעם, וואס זיי האבן געקענט עטליכע שפראכן, — טערקיש, אראביש, פערסיש און איטאליעניש, און, צווייטנס, ווייל זיי האבן אומעטום, אין אלע לענדער, געהאט פארבינדונגען מיט אייגענע אידן.

די אידן אין דמשק זענען געווען די רייכסטע פון אלע יידישע קהלות איז ארץ־ישראל און סיריע. זיי האבן נישט געדארפט אנקומען צו פרעמדע שטיצע, פארקערט, זיי האבן פיל געשטיצט די יידישע קהלות אין ארץ־ישראל. אין דמשק זענען אויך געווען, פונקט אזוי ווי היינט ביי אונז, געוויסע פילאנטראפישע געזעלשאפטן מיט פרעזעסן, וועלכע האבן געזאמלט געלט פאר די ארעמעלייט און תלמידי־חכמים אין ארץ־ישראל. טאמער האט זיך עפעס אין ארץ־ישראל געמאכט א שטיקל אומגליק, פלעגט מען תיכף שיקן א "דעלעגאציע" קיין דמשק, אויף צו מאכן זאמלונגען, און די רייכע אידן פון דמשק פלעגן אין זייערע צוואות איבערלאזן גרויסע סומעס געלט פאר די ארעמעלייט, לומדים און ישיבות פון ירושלים און צפת. אויסער דער מאטעריעלער שטיצע, וואס די דמשקער אידן האבן געהאט געגעבן פאר די אידן פון ארץ־ישראל, האבן זיי אויך פיל געטון ביי דער רעגירונג, מען זאל זיי נישט אזוי באלעסטיקן און לאזן לעבן רואיק. זיי פלעגן זיך משתדל זיין ביי דער לאקאלער מאכט און אפילו ביי דעם סולטאן אין קאנסטאנטינאפאל. די אידן פלעגן דארטן שטענדיג איינארדענען פראטעסט־מיטינגען אויף דעם מארק־פלאץ קעגן די לאקאלע באאמטע, וועלכע פלעגן אנטאן די אידן געברענטע צרות.

נאר קיין רייסענישן צווישן זיך גופא האט נישט געפעלט. די ארטיקע געבוירענע אידן האבן זיך נישט געקאנט פארטראגן מיט די שפאנישע אידן, דערביי האבן זיך די שפאנישע אידן, וועלכע האבן זיך געהאלטן פאר העכער אין קולטור, פשוט נישט געקאנט פארטראגן מיט די אריענטאלישע אידן. די ארטיקע אידן האבן געקוקט אויף די שפאנישע אידן, ווי אויף "פרעמדע", ווי אויף "גרינ־הארנס". די שפאנישע אידן, דאקעגן, האבן נישט געקאנט פארטראגן זייערע אריענטאלישע בגדים און זייער גאנצע אויפפירונג. איבערהויפט זענען דידאזיקע סכסוכים אנגעגאנגען צווישן די רבנים. די ארטיקע געבוירענע האבן זיך געהאלטן פאר גרויסע מומחים, פאר גרויסע קענער אין די מנהגים פון אריענט. די ספרדישע רבנים, ווידער, האבן געהאלטן, אז זיי ווייסן בעסער. די צפתער רבנים, פאר וועלכע אלע אידן אין סיריע האבן געהאט גרויס רעספעקט, האבן געהאלטן מיט די ספרדים אין דמשק און ס'איז אויסגעקומען, אז די אלט־איינגעזעסענע זענען געווען, אזוי צו זאגן, אין "גלות" ביי די ניי־אנגעקומענע, די שפאנישע, אידן. עס איז אבער אינטערעסאנט, אז כאטש די מחלוקות פלעגן אפט דערגיין ביז דער גרעסטער שארפקייט, האט אבער קיינמאל נישט געהאט פאסירט, אז דער סכסוך זאל אריבער אין געריכט. אלע סכסוכים פלעגן סוף־כל־סוף דערליידיקט ווערן דורך די רבנים גופא. דאס איז געווען, אזוי צו זאגן, די ערשטע צייט פון דעם שפאנישן דרוק אין סיריע און ארץ־ישראל. שפעטער אבער האבן די סכסוכים אויפגעהערט. עס האט זיך שפעטער אלץ אויסגעמישט, ווארום סוף־כל־סוף זענען דאך אלע געווען אידן, און עס האט זיך געבילדעט איין באדייטנדיקע יידישע קהלה.

גייסטיק זענען די דמשקער אידן נישט געשטאנען זייער הויך. זיי האבן געלערנט גאנץ ווייניק. גמרא מיט פלפול איז פאר זיי געווען א צו־שווערע זאך און זיי האבן דעריבער בעסער ליב געהאט אגדה, דרוש. דאס פשוטע פאלק איז געווען צעלאזן. זיי האבן געקענט גוט אראביש, זיי האבן געזונגען אראבישע לידער און האבן פרובירט "לעבן א טאג". הויפטזעכליך האבן זיך, ווי דער שטייגער איז, אויסגעצייכנט די פרויען, וועלכע זענען געגאנגען גאנץ "אפנהארציק געקליידט", האבן זיך געפוצט און געשמירט מיט פארפיום, צו רייצן די תאוות און צו ווייזן זייער שיינקייט.

די ניי־אנגעקומענע גדולים פון צפת האבן אנגעווענדט אלע כחות אויפצוהייבן דעם קולטורעלן און מאראלישן צושטאנד פון דעם ברייטן עולם. מען האט געגרינדעט ישיבות, מען האט אנגעהויבן לערנען תורה. אפילו קבלה האט זיך דארטן אנגעהויבן פארשפרייטן דורך ר' חיים וויטאל, דעם האר"יס תלמיד מובהק, כאטש זי האט דארט נישט לאנג אנגעהאלטן. תלמודישע אויסבילדונג איז געווען מער דויערהאפט. ר' משה נגארה, אנקומענדיג קיין דמשק, איז באלד אויפגענומען געווארן אלס ראש רבנים פון דער קהלה. מען האט אויף אים דעמאלט געזאגט: "אשרי מי שבא לכאן ותלמודו בידו". ער האט אויך דארטן אנגעהויבן צו פירן א ישיבה און האט יעדן שבת געהאלטן דרשות, וועלכע זענען דעם ברייטן עולם שטארק געפעלן געווארן. ער איז געווען געשעצט און געאכטעט.

ר' משה נגארה האט, א חוץ דעם אלעם, געשאפן אויך א פירוש אויף דער תורה אונטערן נאמען "לקח טוב". זיין פירוש איז זייער אן אייגנארטיקער, זייער אן אריגינעלער, כאטש ער איז נישט אזוי שטארק באדייטנדיג. זיין פירוש איז נישט על דרך הפשט, על דרך הדרוש, לויט פילאזאפיע, לויט סימבאליק, לויט קבלה. זיינע פירושים זענען מער על פי הלכה. ער טייטשט אויס די פסוקים פון דער תורה לויט דעם תלמוד, לויט דעם ספרא, ספרי, מכילתא, ווי אויך לויטן זוהר. אין זיין הקדמה צום "לקח טוב" זאגט ר' משה, אז ער האט נאך גאנץ יונגערהייט אנגעהויבן זיך צוצוגרייטן אויסצופארשן און צו פארשטיין די תורה אזוי ווי זי איז אנגענומען געווארן אין איר אויסטייטשונג לויט די חכמים פון דער משנה און פון תלמוד. ער האט נאך פון דער פריסטער יוגנט גענומען לערנען די מפרשי התורה און ער האט נישט געפונען דאס, וואס ער האט געוואלט. אפילו רש"י איז אים נישט געפעלן געווארן, ווייל רש"י, זאגט ער, האט מקצר געווען אין ערטער, וואו ער האט געדארפט מאריך זיין און האט מאריך געווען אין ערטער, וואו ער האט געדארפט מקצר זיין. ער האט דעריבער פרובירט גיין אויף א נייעם וועג, אויף דעם וועג, וואס ער האט געהאט געזוכט.

זיין טויט. — אויפשטייג און ר' ישראלן

צו דער צייט, וואס ר' מישה נגארה האט נאך געהאט געלעבט אין צפת, איידער ער האט געמוזט אנטלויפן קיין דמשק, איז ביי אים אין יאר 1555 געבוירן געווארן א זון, וועלכן מען האט א נאמען געגעבן ישראל, און ער איז דאס שפעטער געווען דער באוואוסטער ר' ישראל ננארה, וועלכער איז געווען איינעד פון די בעסטע משוררים פון מיטלאלטער.

דער יונגער ישראל האט זיך דערצויגן נישט בלויז אין דעם הויז פון זיין גרויסן פאטער, וואו עס האט געהאט געהערשט אן אטמאספער פון תורה, נאר אויך אין דער ישיבה פון זיין פאטער. ער האט געלערנט תלמוד מיט די באקאנטע מפרשים, ער האט געלערנט פוסקים, ער האט אבער אויך ביי זיין פאטער געלערנט די העברעאישע שפראך, די מליצה־שרייבעריי, וואס מען האט דעמאלט געהאט קולטיווירט איז די ישיבות. די ספרדישע אידן האבן געהאט א געוואלטיקע נייטונג און אויך א ליבשאפט צו פאעזיע, צו מליצה, צו שיין־שרייבעריי, וואס זיי האבן, אייגנטלעך, געהאט צום אנהייב איבערגענומען פון די אראבער און האבן זיי אליין שפעטער זעלבסטשטענדיג געפלעגט און קולטיווירט, דורך וואס עס איז געשאפן געווארן די גרויסע יידישע דיכטערישע קונסט אין מיטלאלטער. אין סאלאניקי איז אפילו געווען, אזוי צו זאגן, א שולע פאר פאעזיע, וואו עס פלעגן זיך איין מאל א חודש צונויפקומען אלע דיכטער און יעדער איינער פלעגט פארלייענען איינע פון זיינע שאפונגען. מען פלעגט אויך פון אנדערע שטעט אריינשיקן שירים, זיי זאלן פארגעלייענט ווערן, און צווישן זיי איז אויך געווען ר' ישראל נגארה. ר' ישראל איז מיט זיינע שירים זייער פאפולער געווארן. צפת האט שטאלצירט מיט אים. אלע גרעסטע רבנים און לומדים זענען געווען באגייסטערט פון זיינע שירים און האבן אים זייער הויך געשעצט.

ער איז אבער, קענטיק, געווען זייער אן אומרואיקער מענטש. ער איז געווען פון דעם טיפ אבן עזרא, — וואנדער־מענטשן, וואס האבן נישט געקאנט איינזיצן רואיק אויף איין ארט. ער האט זיך אין איין העלן פרימארגן אויפגעהויבן און איז אוועק קיין דמשק, וואו ער האט אנגענומען די שטעלע פון חזנות אין דער דארטיקער ספרדישער קהלה. ער איז אבער אויך דארטן נישט געבליבן לאנג. ער האט ווידער אנגעהויבן וואנדערן. ער איז פון דארט אוועק קיין ברוסא און פון דארט איז ער צוריקגעקומען קיין דמשק. ער האט אבער שוין איצט נישט געהאט קיין גראשן ביי זיך. ער האט נישט געקאנט פארדינען אויף צום לעבן, האט ער געפונען א גוטן פריינט, ביי וועלכן ער האט געהאט געמאכט א הלוואהלע און דערנאך האט ער זיך ווידער אוועקגעלאזט וואנדערן א געוויסע צייט אין די אלע שטעט און שטעטלעך ארום, ביז ער איז ענדלעך צוריקגעקומען קיין דמשק.

איצט האט זיך ביי ר' ישראל נגארה אנגעהויבן צו פארמירן, רייף צו ווערן דער טאלאנט. ער האט אנגעהויבן צו שרייבן לידער, וועלכע האבן מיט זייער רייץ און שיינקייט אנגעהויבן דערמאנען אן יענע לידער, וועלכע די גרויסע יידישע דיכטער האבן געהאט געזונגען אין דעם אלטן שפאניע. דערצו האט ער נאך זיינע שירים געשריבן צו געוויסע אראבישע און טערקישע מאטיוון און אזוי ארום האט מען זיינע לידער אנגעהויבן זינגען איבערן גאנצן לאנד.

ר' ישראל נגארה איז ווירקלעך געווען אן עכטער באהעמיען. א חוץ דעם, וואס דאס איז געווען צו באמערקן פון זיין אומרואיקייט, פון זיין וואנדער־לוסט, פון פליען פון איין שטאט אין אן אנדערער, איז דאס אויך געווען צו זען פון זיין פוילענצעריי. ער האט ליב געהאט גאנצע טעג ארומצוגיין אין די גערטנער און אין די פרדסים מיט א חברה פריינט און זינגען זיינע שיינע לידער. אט אין די וויינגערטנער, אין אט די בלומען־גערטנער האט ער ליב געהאט צו פארברענגען זיין צייט און דארטן האט ער געשאפן זיינע לידער. דערדאזיקער ארט לעבן איז די דמשקער אידן נישט געפעלן געווארן. איבערהויפט די קבלה־אידן, וועלכע האבן געהאלטן, אז א מענטש דארף וואס מער אויסמיידן די תענוגים פון דער וועלט, וואס דארפן אנווענדן זייערע כחות צו לעבן אסקעטיש און אפקומען אויף דער וועלט. מען האט דעריבער אויסגעטראכט אויף אים פארשידענע מעשיות, כדי צו פארשווארצן זיין פנים אין די אויגן פון זיינע צייט־מענטשן. איינער פון זיינע הויפט־קעגנער איז געווען דער מקובל ר' חיים וויטאל. דער האר"י הקדוש איז געווען זייער שטארק אנטציקט פון ר' ישראלס שירים. ער האט געזאגט, אז זיינע שירים זענען געשאפן געווארן מיט רוח־הקודש. אבער ר' חיים וויטאל איז געווען קעגן אים. ער האט געזאגט, אז, הגם, זיינע שירים זענען גאנץ שיינע, איז ער אליין אבער נישט סימפאטיש; ער רעדט שטענדיג גראבע רייד און איז שטענדיג שיכור. ער האט ליב צו כאפן א טענצל און האט ליב דעם ביטערן טראפן און דעריבער איז א חרפה מיט אים צו שמועסן.

צוליב געוויסע פאמיליען־אנגעלעגנהייטן האט אים זיין פאטער, וועלכער האט דעמאלט געוואוינט אין צפת, ארויסגערופן אהיים. דארטן האט ר' ישראל חתונה געהאט און געהאט א טאכטער, ארא, וועלכע איז צו צען יאר געשטארבן. דאס האט ר' ישראלן שטארק דערשיטערט, אבער דאס איז נאך געווען ווייניק. אין א קורצער צייט שפעטער איז אין צפת אויסגעבראכן א גרויסע מגפה און דאן איז אויך זיין פרוי געשטארבן. דעמאלט האט זיך די גאנצע משפחה נגארה, ר' משה מיט זיין זון ר' ישראל, באזעצט אין דמשק. דארטן האט ר' ישראל חתונה געהאט צום צווייטן מאל און האט געהאט דריי זין, פון וועלכע איינער, ר' אברהם, איז געווען רב אין עזה.

נישט קוקנדיג אויף זיינע שטענדיקע וואנדערנישן און צרות, האט ער דאך געשאפן שיינע לידער, וועלכע זענען געבליבן ביי אונז אויף אייביק. ר' ישראל האט געשאפן סאטירישע לידער, אין וועלכע ער האט זיך אפגערעכנט מיט די אלע טאלאנטלאזע פראזן־שיסער און גראמען־מאכער. ער האט געשריבן שירים, רעליגיעזע לידער, איינגעוויקלט אין אן עראטישן לבוש, אין דעם לבוש פון ערדישער ליבע. ר' ישראל האט אויך פיל פיוטים געשאפן און צוויי פון זיי זענען אריין אין אונזערע תפלות.

אונטער דער צייט איז געשטארבן זיין פאטער, ר' משה נגארה, און ר' ישראל איז אוועק קיין צפת, מיט דעם צוועק צונויפצוזאמלען אלע זיינע לידער, וועלכע ער האט דארטן געהאט איבערגעלאזט, איידער ער איז אוועק קיין דמשק, און זיי ארויסצוגעבן, ווארום איינער, א מעצענאט, האט אים געהאט צוגעזאגט צו העלפן די ווערק אפצודרוקן. דארטן האט ער צוערשט ארויסגעגעבן זיין ווערק "זמירות ישראל" און א יאר שפעטער זיין ווערק "משחקת בתבל", א ווערק איבער עטיק אין א פאעטישער פארם. פון די אלע ספרים האט אבער ר' ישראל קיין לעבן נישט געקאנט מאכן. ער האט ווידער געמוזט אוועקגיין פון זיין געבורטס־לאנד און אוועק קיין דמשק צום דריטן מאל, וואו עס האבן געוואוינט פיל פון זיינע פריינט און פארערער און זיי האבן שוין באמת געהאט געטון פאר אים, אז ער זאל קאנען עקזיסטירן. צו דער צייט איז זיין נאמען פארשפרייט געווארן איבער דער גאנצער אייראפעאישער טערקיי, אין ארץ־ישראל, סיריע און עגיפטן און ער איז אומעטום געשעצט געווארן. ער איז, אגב, דאן געשטאנען אין פארבינדונג מיט די בעסטע דיכטער פון דעמאלטיקן טערקיי.

אויסער די "זמירות ישראל", האט ר' ישראל נגארה פארעפנטלעכט זיינע פאעטישע ווערק: "מימי ישראל", "שארית ישראל", ווי אויך "פזמונים". ער האט אבער געהאט געשאפן אויך אנדערע ווערק, למשל א ספר "מקוה ישראל" — א ספר פון פערציג דרשות; ער האט געשאפן א פירוש אויף איוב אונטערן נאמען "פצעי אוהב" און: אויך א גרויסן פירוש אויף דער תורה אונטערן נאמען "מערכות ישראל". עס ווערט אנגעגעבן, אז ר' דוד קארפאנטי האט דעמדאזיקן פירוש געהאט געזען ביי זיין זון, ר' אברהם נגארה, וועלכער איז געווען רב אין עזה.

ר' ישראל האט זייער פיל געלייסטעט פארן טערקישן יידנטום אויפן געביט פון פאעזיע, ווי אויך אויפן געביט פון תורה. עס האבן זיך ארום אים געזאמלט פיל אנדערע. דיכטער פון דמשק. ער איז געווארן דער צענטער פון דער שיינער ליטעראטור, פון פאעזיע אין דער גאנצער טערקישער אימפעריע. אויף די גאנץ אלטע יארן איז ר' ישראל אוועק קיין עזה צו זיין זון, ר' אברהם, און ער איז דארט געשטארבן אין יאר 1628.

ביבליאגראפיע

דרויסנדיגע לינקס