רבי אברהם שמואל בכרך
| געבורט |
1575 ה'של"ה בומסלא |
|---|---|
| פטירה |
מאי 26, 1615 (אלט: 40 בערך) כ"ז אייר ה'שע"ה גערנסהיים |
רבי אברהם שמואל בכרך (ה'של"ה – כ"ז אייר ה'שע"ה) איז געווען אַן אנגעזעענער רב און פוסק אין דייטשלאנד און מעהרין/בעהמען. ער איז געווען דער מאן פון רעבעצין חוה בכרך, אן אייניקל פונעם מהר"ל מפראג, און דער זיידע פונעם בארימטן פוסק, רבי יאיר חיים בכרך, מחבר פון שו"ת "חוות יאיר". ר' שמואל איז נפטר געווארן ביים עלטער פון בערך 40 יאר.
לעבן און קאריערע
נוסח פון זיין מציבה
|
|---|
|
אוי |
ר' שמואל בכרך איז געבוירן יאר של"ה צו זיין פאטער ר' יצחק, אין שטאט בומסלא (Jungbunzlau, היינט Mladá Boleslav אין טשעכיי)[1]. די משפחה'ס מקור איז ווארשיינליך פון דער שטאט באַכאַראַך (Bacharach) אויפן טייך ריין אין ריינלאנד-פּפאלץ[2]. ר' שמואל איז געווען א תלמיד פונעם מהר"ל מפראג און פון זיין איידעם, רבי יצחק כ"ץ[3].
אין ש"ס, האט ער אין פראג געהייראט בזיווג שני מיט חוה כהן, די טאכטער פון רבי יצחק כ"ץ און פייגעלע, טאכטער פון רבי יהודה ליוואי, דער מהר"ל פון פראג. רעבעצין חוה, איז געווען א באוואוסטע און קלוגע פרוי. ער האט אנגעהויבן זיין קאריערע אלס א דרשן אין פראג.
ר' שמואל האט געדינט אלס רב אין עטליכע וויכטיגע קהילות, אריינגערעכנט זיין געבורט-שטאט בומסלא; טרעבאן (Třeboň), אין בעהמען[4]; קעלין (Kolín), אין בעהמען (דארט האט ער מחבר געווען א שיר לחנוכה אין שס"ו[5]); פּאָהרליץ (Pohrlitz, היינט Pohořelice) אין מעהרין; און צום סוף אין וואָרמס (וורמייזא), אין דייטשלאנד.
ער איז גערופן געווארן צו דינען אין דער גאר וויכטיגער קהילה פון ווארמס אין יאר שס"ט[6], נאך דער פטירה פון רבי יששכר שפּירא[7][אויסקלארונג פארלאנגט][8]. ווארמס איז דעמאלט געווען די צווייט גרעסטע אידישע קהילה אין דייטשלאנד[9]. ר' שמואל האט געהאלטן הויך דעם פאן פונעם ווארמסער רבנות. ער איז געווען באקאנט פאר זיין געלערנטקייט און פרומקייט. ער האט געהאלטן א פעסטן שטאנד קעגן די רבנים פון פראנקפורט, וועלכע האבן געפאדערט אויטאריטעט איבער אלע אנדערע רבנים אין דייטשלאנד. ער איז פארבעטן געווארן דורך וויכטיגע קהילות[10].
די געשעענישן אין ווארמס און פטירה
אין 1613 און 1614, האבן אויסגעבראכן טומלען קעגן די אידן אין ווארמס, אנגעשפארט פון די צעכן (גיילדס), וואס האט צוגעפירט צו א פּאגראָם. אין אנהייב 1614, זענען די אידן געצוואונגען געווארן אריבערצוגיין צו דער אנדערער זייט פונעם ריין טייך, אבער זענען ערלויבט געווארן צוריקצוקומען דורך דער השתדלות פונעם ארכיבישאף פון מיינץ. אין שע"ה, נאך ווידעראמאליגע פאדערונגען פאר פארטרייבונג, האט דער פרינץ עלעקטאר פרעדריק דער פינפט גענומען די קהילה אונטער זיין שוץ. דאס האט דערצערנט די צעכן, וועלכע האבן אויסגעדריקט זייער האס דורך צעברעכן מציבות אויפן בית-עלמין, צעשטערן די שול, שלאגן און הרגענען אידן און גנבענען זייערע זאכן. די געשעענישן זענען פארגעקומען אום שביעי של פסח שע"ה[9].
ר' שמואל בכרך און זיין איינציקער זון משה שמעון, האבן ווי א נס ניצול געווארן פון ווערן דערהרגעט. זיי זענען אנטלאפן מיט דער איבעריקער משפחה קיין גערנסהיים (Gernsheim). עס איז נישט קלאר פארוואס ר' שמואל איז געשטארבן עטליכע וואכן שפעטער, צי פון גשמיותדיקע וואונדן אדער פון דער צער און עגמת-נפש פונעם פאגראם[9].
ער איז נפטר געווארן אין גערנסהיים אום כ"ז אייר שע"ה, זייענדיג בלויז 40 יאר אלט. ער איז באגראבן געווארן אין אלסבאך (Alsbach), באקאנט אויך ווי Alsbach-Hähnlein אדער Alsbach an der Bergstrasse[9][11].
ווערק
ר' אברהם שמואל בכרך האט געשריבן עטליכע ספרים און חיבורים. צווישן זיי זענען:
- א חיבור אויפן לוח השנה. ער האָט געהאַט א ציל צו ערקלערן דעם רמב"ם'ס לערע איבערן לוח, ווי אויך די ווערק פון רבי אברהם בן חייא און אנדערע אידישע אסטראנאמער[7].
- א צאל אַפּאָלאָגעטישע ווערק קעגן קריסטנטום. פאלעמישע טראקטאטן קעגן קריסטנטום זענען אין כתב-יד.
- קאזואיסטישע חיבורים (עניני הלכה).
- חידושים אויף מסכתות הש"ס.
זיינע תשובות זענען טיילווייז פארעפנטלעכט געווארן דורך זיין אייניקל, רבי יאיר חיים, אין דעם צונויפגעזאמלטן שו"ת "חוט השני" (פראנקפורט-אם-מיין, 1679).
- ליטורגישע פיוטים. צוויי ווערן דערמאנט: איינער פאר חנוכה, וואס הויבט זיך אן מיט "שדי סלעי ומצודתי", וואָס ער האט מחבר געווען אין קאלין אין שס"ו, געבויט אויפן מוסטער פון "מעוז צור". ר' שמואל, זיין זון ר' משה שמעון, און זיין אייניקל ר' יאיר חיים, פלעגן אלע דאס זינגען יעדן חנוכה נאכט אויפן ניגון פון "מעוז צור"[12]. אויך איז דערמאנט א דריי-שורות'דיגע סליחה וואס הויבט זיך אן מיט "אנא מארץ חיים תשרש"[13].
נישט לאנג צוריק זענען אנטדעקט געווארן עטליכע בענד פון זיין תורה, אריינגערעכנט תשובות און חידושים אויפן ש"ס. טייל פון זיי זענען געווען אונטער זיין אייניקל'ס, בעל 'חוות יאיר', האנט, וועלכער האט צוגעגעבן הערות אין זיין כתב-יד. טייל קטעים פון זיי זענען געדרוקט געווארן. אויך זענען אנטפּלעקט געווארן זיינע הערות וואס ער האט געשריבן אויפן ברעג פון משניות אין כתב-יד, און זיינע חידושים אויף מסכת שבת[14].
ער האט געהאט אין זיין רשות כתבי-יד פון ווערק פון גרעסערע ראשונים ווי ראב"ן, סמ"ק, שו"ת הרא"ש, שו"ת תרומת הדשן און אנדערע, און האט זיי באנוצט בשעת ער האט געשריבן הלכה'דיגע תשובות[15].
משפחה לעגאַט
ר' אברהם שמואל'ס ווייב, רעבעצין חוה בכרך, איז געווען באקאנט פאר איר לערנפעאיגקייט און השפעה. איר אייניקל, ר' יאיר חיים בכרך, האט גערופן זיין בארימטן שו"ת "חוות יאיר" נאך איר, זיך אידענטיפיצירנדיג ווי "חוה'ס יאיר". ר' יאיר חיים האט נאכגעשריבן די באמערקונגען וואס זיין זיידע און זיין באבע האבן געשריבן אויפן ברעג פונעם מחזור. רעבעצין חוה האט אפילו מתקן געווען א פיוט פאר סוכות, און ר' יאיר חיים ברענגט דאס אין זיין ספר "מקור חיים" אויפן שולחן ערוך[9].
ר' שמואל און זיין רעביצין חוה האבן געהאט עטליכע קינדער, אריינגערעכנט רבי משה שמשון בכרך, שרה גינזבורג, הינדע דרשן, טעלצל לאוויטץ, סלאווא תאומים, און פערל ראזנבוים[16].
ר' משה שמשון בכרך איז געבוירן געווארן אין פּאהרליץ אין יאר שס"ז. זיין זון, און ר' שמואל'ס באַרימטער אייניקל, איז געווען רבי יאיר חיים בכרך. ר' יאיר חיים האט גערופן זיין ספר "חות יאיר" נאָך זיין באבע, רעביצין חוה, אידענטיפיצירנדיג זיך אלס "חוה'ס יאיר". ר' יאיר חיים (געבוירן 1638, נפטר 1702) האט געדרוקט עטליכע פון זיין זיידנס (ר' אברהם שמואל) שו"ת אין זיין זאמלונג "חוט השני", געדרוקט אין פראנקפורט-אמ-מיין אין 1679.
ביבליאגראפיע
- צבי לרר, "תולדות הגאונים ממשפחת 'בכרך' בוורמייזא", שו"ת חוט השני, זכרון אהרן, עמ' 4–16.
- בעריש ווייס, יומא דנשמתא: הגה"ק רבי אברהם שמואל בכרך זי"ע אב"ד וורמייזא, עלים לתרופה א'תס"ט (בהר בחוקותי תשפ"ה) און א'ע' (במדבר תשפ"ה).
- Lewysohn, Ludwig, 1819-1901, נפשות צדיקים - Epitaphien von Grabsteinen, פראנקפורט דמאין, תרט"ו, עמ' 51–54
דרויסנדיגע לינקס
- בכרך, אברהם שמואל בן יצחק (1575-1615), אויפ'ן וועבזייטל פון דער מדינת ישראל נאציאנאלער ביבליאטעק
- Rabbi (Abraham) Samuel Bacharach (b. - 1615) - Genealogy, Geni.com
רעפערענצן
- ↑ לרר, חוט השני, ז' 3–4.
- ↑ יונה עמנואל, "בעיות סוציאליות וסכסוכי עבודה בשו"ת חות יאיר לרב יאיר חיים בכרך", ספר זכרון לבב שלם, ירושלים, תשל"א, עמ' 23.
- ↑ לרר, זז' 4–5.
- ↑ דאס איז נישט Turobin אין פּוילן. לרר, ז' 6.
- ↑ געדרוקט סוף שו"ת 'חות יאיר', דף רכז:.
- ↑ יצחק זימר, "תגובות יהודי אשכנז להשפעות המרכז בפולין בראשית המאה הי"ז", סיני קב (ג-ו), מוסד הרב קוק, תשמ"ח, עמ' רלג, הערה 43 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
- ↑ 7.0 7.1 אברהם דראבקין, «Бахарах, Авраам Самуил» // Еврейская энциклопедия Брокгауза и Ефрона. Россия, Санкт-Петербург, 1906—1913.
- ↑ דא, נומער 14 שטייט אז ר' ישראל ישכר שפּירא איז אוועק 1630.
- ↑ 9.0 9.1 9.2 9.3 9.4 Pearl (Preschel) Herzog, "Ode to a Grandmother, Rebbetzin Chavah Bacharach".
- ↑ חוט השני סי' כז. זעט אויך סי' מה.
- ↑ Rabbi Abraham Samuel Ben Isaak Bacharach (1575-1615) - Find a Grave Memorial.
- ↑ סוף שו"ת 'חות יאיר', דף רכז:.
- ↑ צונץ, ליטעראטורגעשיכטע דער סינאגאגאלען פּאעזיע, ז' 429.
- ↑ לרר, ז' 13.
- ↑ לרר, ז' 14.
- ↑ Geni.com.