רבי בנימין בן שמואל
רבי בנימין בן שמואל הלוי פון קוטאַנץ איז געווען א בארימטער תלמיד־חכם און א פראנצויזישער פּּייטן (פון דער ערשטער העלפט פונעם עלפטן יארהונדערט). ער איז געווען פון די שטערקסטע און טאלאנטירטסטע פּייטנים. עס זענען פארבליבן איין־און־דרייסיג פון זיינע ליטורגישע שטיקער אין די פארשידענע מחזורים[1].
ר' בנימין ווערט גערעכנט צווישן די וויכטיגסטע פּייטנים אין דער תקופה נאך קליר. זיינע ליטורגישע ווערק זענען געזאגט געווארן אין קהילות אין פראנקרייך, רוים, טורין, אַסטי, פאָסאַנאָ און מאָנטקאַלוואָ (נוסח אפ"ם), פּוילן, קאָרפו, גריכנלאנד, אַנאַטאָליע און די באַלקאַנען.
לעבן און אפּשטאם
עס איז אנגענומען אז ר' בנימין האט געוואוינט אין קוטאַץ (Coutances) (מאַנש דעפּאַרטמענט, נאָרמאַנדי), וועלכע איז פריער געווען באקאנט אלס קוסטאַנץ. עטליכע האבן אבער פארגעלייגט אז ער קען האבן געשטאמט פון ביזאַנטין און נישט פון פראנקרייך[2]. זיי צייגן אן אז דער באגריף "פּויעטן" וואס ר' בנימין האָט גענוצט (אנשטאט דעם מער געווענליכן "פּייטן"), און אז אסאך פון זיינע ווערק זענען גענוצט געווארן אין מחזורים אין גריכנלאנד, אַנאַטאָליע און די באלקאנען.
אבער אנדערע ווייזן אויף זיין באצייכענונג אין "ספר הפרדס" (צוגעשריבן צו רש"י) אלס "עיר וקדיש זקננו ר' בנימין בר' שמואל מקוסטני זק"ל"[3], און אז ער ווערט דערמאנט אין א תשובה פון רבי שלמה לוריא אלס א בן־דור פון רש"י און רבי מאיר שליח ציבור פון ווירמייזא, וואס שטעלט אים צווישן די אשכנזים[4]. רוב פון זיינע פּיוטים געפינען זיך אין דעם פראנצויזישן נוסח, וואס שטיצט א פראנצויזישן אפּשטאם[1].
עזרא פליישער האט געהאלטן אז ער איז געווען אַן אשכנזישער פייטן, וואס האט גע'חתמ'עט זיינע קאמפּאזיציעס מיט א נאמען־אקראסטיך, און צוגעלייגט נעמען ווי "פייטן", "הסופר" אדער "המתרגם".
פיוטים
ר' בנימין האט געשריבן פּיוטים בעיקר פאר די שלש רגלים און ראש השנה, און איינצלנע פאר יום כיפור. אויף געוויסע ליטורגיעס וואס אנטהאלטן "בנימין" אין אקראסטיך איז א ספק צי זיי זענען צוגעשריבן צו אים אדער צו זיין יונגערן בן־דור, רבי בנימין בן זרח[1].
זיינע פּיוטים זענען געשריבן אין דעם סטיל פון די אלטע פּייטנים און זענען צומאל גאר קינסטלעריש. א טייל פון זיינע פּיוטים זענען אריינגענומען אין "מחזור רומניא"[5].
עטליכע פארשער באמערקן אז זיין שפראך און סטיל אין זיינע פיוטים זענען ענליך צו די פיוטים פון רבי אלעזר בירבי קליר, אבער זיינע ווערק שטייען אפט ארויס מיט זייער דיכטערישער שיינקייט[6]. איינע פון ר' בנימין'ס קאמפּאזיציעס איז א לאנגע קרובה פאר שבועות וואס איז געווען באקאנט צו צונץ[אויסקלארונג פארלאנגט] און רעקאנסטרואירט[אויסקלארונג פארלאנגט] געווארן דורך ישראל דייווידזאן אין זיין "אוצר השירה והפיוט". די קרובה הייסט "ארוכה מארץ". עס ווערן אויך דערמאנט אנדערע פון זיינע פּיוטים מיט אַקראָסטיכן ווי "בנימן בר שמואל סופר".
בנימין'ס בעפארצוגן רבי עקיבא'ס "אלף־בית", וואָס ער נוצט אין זיינע פּיוטים, ווייזט אויף א געוויסן נייגונג צו קבלה.
אלס מפרש און פוסק
ר' בנימין איז אויך באטראכט געווארן אלס א גרויסער תלמודישער אויטאריטעט און איז אפט ציטירט געווארן דורך מפרשים פון זיינער צייט. איינע פון זיינע פּסקים איז ציטירט דורך רבי יצחק הלוי, רש"י'ס רבי. אין דעם פּסק ווייזט ער די פארבינדונג צווישן מדרש און פּיוט, און ערקלערט אז ביידע האבן זייער אפּשטאם אין ציבורישע ליינונגען[אויסקלארונג פארלאנגט], און ציט דעם אויספיר אז די אפּאזיציע צו דאס אריינלייגן פּיוטים אין די תפילות איז אומבאגרינדעט[אויסקלארונג פארלאנגט].
ער איז אויך ציטירט אלס א הלכה'ישער אויטאריטעט דורך די בעלי תוספות[7], דורך רבי משה בן יעקב פון קוצי (אין זיין ספר מצוות גדול)[8] און דורך רבי מרדכי בן הלל (אין זיין פירוש אויף דער גמרא)[9].
ביבליאגראפיע
- שמעון גרשון ברנשטיין, פיוטים ופיטנים חדשים מהתקופה הביצנטינית, תש"א, עמ' 44–57 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
- עזרא פליישר, "אזהרות לר' בנימן (בן שמואל) פייטן", קבץ על יד, יא (כא, תשמ"ה), א, עמ' 75-1
- אהרן ראו, "קרובת "אגן הסהר"", אמת ליעקב, בערלין, תרצ"ז, עמ' 128–148, ספר היובל לכבוד הרב יעקב פריימאנן
- Wout van Bekkum, The Latin Talmud and Liber Krúbot, The Talmud in Dispute During the High Middle Ages, 2019, p. 171-218
- Davidson, Israel, Thesaurus of Mediaeval Hebrew Poetry, vol. I, p. 347
- וינברגר, יהודה ליב. “שירים חדשים מהתקופה הביזאנטינית.” Hebrew Union College Annual 43 (1972): 308–309.
רעפערענצן
- ↑ 1.0 1.1 1.2 Louis Ginzberg, "Benjamin b. Samuel of Coutances", JewishEncyclopedia.com (ענגליש).
- ↑ Weinberger, Leon J. “On the Provenance of Benjamin B. Samuel Quštani.” The Jewish Quarterly Review 68, no. 1 (1977): 46–60.
- ↑ ספר הפרדס, בודאפעסט: הרב עהרנרייך, תרפ"ד, עמ' רכט–רל.
- ↑ א.מ. הברמן, תולדות הפיוט והשירה, חלק ב', עמ' 226–227.
- ↑ "Benjamin ben Samuel Ha-Levi", Encyclopaedia Judaica, 2007.
- ↑ לעאָפּאָלד צונץ, Literaturgeschichte der synagogalen Poesie, pp 115-120.
- ↑ צו בה"ג דף יב, א ד"ה מסוף.
- ↑ סמ"ג, עשין מב, עמ' קיח.
- ↑ מרדכי, ראש השנה, אות תשע.