דרעפט:רבי משה טייטלבוים (ישמח משה)

פון המכלול
ווערסיע פון 19:22, 12 פעברואר 2025 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (ראזמארין)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי משה טייטעלבוים איז געבוירן געווארן אין פּרעמישלא. ער איז געווען רב אין אוהעל. ער איז דער מחבר פון "ישמח משה" אויף תנ"ך און אויף אגדות אין ש"ס; שאלות ותשובות "השיב משה"; "תפילה למשה" איף תהלים.

ווען ער איז געקומען קיין לובלין האָט מען אים באַצייכנט אַלס "דער אייזערנער קאפּ". ווען ער איז געווארן רב אין שיניווע איז ער שוין געווען באקאנט אלס גאון און צדיק. ווען ער איז געווארן רב אין אוהעל, אונגארן, פלעגן טויזנטער מענטשן קומען צו אים. אפילו נישט־אידן פלעגן קומען צו אים נאך עצות און הילף. ער איז געווען א גרויסער דרשן. חסידים האבן געזאגט אז ער האט א ניצוץ פון ירמיה הנביא, ווייל ער האט כסדר געטרויערט אויף חורבן ירושלים. ער איז נפטר געוואָרן כ"ח תמוז, תר"א.

זיין אייניקל רבי זלמן לייב דער מחבר פון "ייטב לב" האט פארגעזעצט דעם זיידנ'ס טעטיגקייטן. דעם "ייטב לב'ס" ממלא מקום איז געווען זיין זון רבי חנניא יום טוב ליפּא, סיגיטער רב, און מחבר פון דעם ספר "קדושת יום טוב". דער איצטיקער סאטמארער רבי רבי יואל טייטלבוים שליט"א איז דער זון פון "קדושת יום טוב", אַן איניקל פון "ייטב לב" אַן אור־אייניקל פון ר' אלעזר ניסן, רב אין דרוביטש, גאַליציע, און אַן אור־אור אייניקל פון "ישמח משה". ער איז דער מחבר פון "ויואל משה" וועלכער איז ערשינען אין ניו יארק נישט לאנג צוריק.