דרעפט:רבי משה טייטלבוים (ישמח משה)

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי משה טייטעלבוים איז געבוירן געווארן אין פּרעמישלא. ער איז געווען רב אין אוהעל. ער איז דער מחבר פון "ישמח משה" אויף תנ"ך און אויף אגדות אין ש"ס; שאלות ותשובות "השיב משה"; "תפילה למשה" איף תהלים.

ווען ער איז געקומען קיין לובלין האָט מען אים באַצייכנט אַלס "דער אייזערנער קאפּ". ווען ער איז געווארן רב אין שיניווע איז ער שוין געווען באקאנט אלס גאון און צדיק. ווען ער איז געווארן רב אין אוהעל, אונגארן, פלעגן טויזנטער מענטשן קומען צו אים. אפילו נישט־אידן פלעגן קומען צו אים נאך עצות און הילף. ער איז געווען א גרויסער דרשן. חסידים האבן געזאגט אז ער האט א ניצוץ פון ירמיה הנביא, ווייל ער האט כסדר געטרויערט אויף חורבן ירושלים. ער איז נפטר געוואָרן כ"ח תמוז, תר"א.

זיין אייניקל רבי זלמן לייב דער מחבר פון "ייטב לב", זון פון רבי משה'ס זון רבי אלעזר ניסן, רב אין דרוביטש, גאַליציע, האט פארגעזעצט דעם זיידנ'ס טעטיגקייטן. דעם "ייטב לב'ס" ממלא מקום איז געווען זיין זון רבי חנניא יום טוב ליפּא, סיגיטער רב, און מחבר פון דעם ספר "קדושת יום טוב". דער סאטמארער רבי רבי יואל טייטלבוים, דער מחבר פון "ויואל משה", איז דער זון פון "קדושת יום טוב".