רוי:בית יוספ'ס קשיא
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
דער בית יוסף פרעגט א ברייט בארימטע קשיא אין סימן תר"ע: די גמרא זאגט אז די חשמונאים האבן געפונען א פך שמן וואס האט פארמאגט בלויז אויף איין נאכט צינדן די מנורה אין בית המקדש, און עס האט געקלעקט אויף אכט; אויב אזוי איז דאך לכאורה דער נס חנוכה געווען בלויז זיבן טעג, דאן פארוואס איז דער יו"ט אכט טעג?
אויף דעם קשיא זענען פארהאן הונדערטער ביז טויזנטער תירוצים דורכאויס די דורות. און עס ווערט געניצט אלס הינטערגרונט צו פילע דרושים און פלפולים בשייכות מיט חנוכה. עס איז שטארק גאנגבאר אין דער תורה-וועלט דאס מפלפל זיין אין די חנוכה טעג צו פארענטפערן "דעם בית יוספ'ס קשיא", און עס ווערט געניצט אלס פתח צו רעיונות אין מוסר און אין פנימיות, ווי אויך צו לומד'ישע און הלכה'דיגע סברא און פלפול.
די קשיא
אין גמרא ווערט געברענגט פון די ברייתא אויף מגילת תענית א טעם פארוואס חנוכה איז אכט טעג; אלס זכר פאר די נס פך השמן: "שכשנכנסו יוונים להיכל טמאו כל השמנים שבהיכל וכשגברה מלכות בית חשמונאי ונצחום בדקו ולא מצאו אלא פך אחד של שמן שהיה מונח בחותמו של כהן גדול ולא היה בו אלא להדליק יום אחד נעשה בו נס והדליקו ממנו שמונה ימים לשנה אחרת קבעום ועשאום ימים טובים בהלל והודאה"[1].
איז שווער: וויבאלד פאר איין טאג איז יא געווען גענוג אויל, קומט אויס אז דער נס איז געווען בלויז די איבעריגע זיבן טעג, אויב אזוי פארוואס איז חנוכה אכט טעג?
די קשיא איז בעיקר באקאנט פונעם בית יוסף אין הלכות חנוכה[2], אבער עס ווערט שוין געפרעגט אין תוספות הרא"ש און מאירי אויף מסכת שבת[1] און אין נאך ראשונים; אבער וויבאלד זייערע ספרים זענען פארצייטנס געווען אומבאקאנט, איז דער קשיא באקאנט אלס "דער בית יוספ'ס קשיא".
דער בית יוספ'ס קשיא, ווי אנדערע עניני חנוכה, איז שטארק באליבט געווארן ביי לומדים, און עס זענען געזאגט געווארן דערויף אומצאליגע תירוצים און פלפולים.דער בית יוסף אליינס ענטפערט דריי תירוצים אויף זיין קשיא, און די פוסקים און נושאי כלים אויף שולחן ערוך זענען דן אין זיינע תירוצים און ענטפערן נאך א צאל תירוצים דערויף. פון דארט איז דאס ווי א טייך וואס הערט נישט אויף פליסן, און מיט יעדן יאר ווערן נתחדש פרישע תירוצים אויף דעם בית יוספ'ס קשיא. אין יאר תשכ"ח איז געדרוקט געווארן א ספר "נר למאה" וואס נעמט צוזאם ארום הונדערט תירוצים אויף דער בית יוספ'ס קשיא[3], רבי נתן געשטעטנער איז זיין ספר האט א קונטרס מיט 39 אייגענע תירוצים[4], און אין יאר תש"פ איז ערשינען א ספר "שמונה מי יודע" וועלכער איז מלקט טויזנט תירוצים אויף דער בית יוספ'ס קשיא.
פון די באקאנטע תירוצים
פאלגנד איז א זאמלונג פון טייל פון די מער באקאנטע תירוצים, מיט די שקלא וטריא און פלפול ארום זיי.
- צעטיילט אויף אכט טיילן
דער בית יוסף ענטפערט אין איין תירוץ, אז מ'האט צעטיילט די אויל אין אכט טיילן און אנגעצונדן יעדן נאכט בלויז אן אכטל, און דאס האט געברענט בדרך נס א גאנצע נאכט. דער תירוץ ווערט אויך געברענגט אין תוספות הרא"ש[1]. די ראשונים פרעגן שוין אויף דעם תירוץ, אז מ'דארף אריינלייגן יעדן נאכט גענוג אז עס זאל ברענען ביז אינדערפרי – "תן לה מדתה כדי שתהא דולקת והולכת מערב עד בוקר"[5], און מ'קען זיך נישט פארלאזן אויף א נס[6]. די קשיא ווערט הארבער לויט וואס די אחרונים[7] זאגן אז מן הדין וואלט מען אויך געקענט נוצן טמא'נע אויל[8]. אויף דעם איז דא פארשידענע תירוצים: טייל ענטפערן אז דער דין פון "תן לה מדתה" איז נישט מעכב[9], אנדערע זאגן אז די מנורה האט זיך אינגאנצן אנגעפילט פון דעם ערשטן אכטל[10]. געוויסע אחרונים זאגן אז זיי האבן קודם געלייגט ווייניג און מיט'ן פלאן שפעטער צוביסלעך צוצוגיסן, אבער למעשה האט דאס ערשטע ביסל געברענט ביז צופרי. טייל זענען מסביר אז זיי האבן געוואלט מבטל זיין דערין שמן טמא אין יעדע אכטל[11], אדער אז זיי האבן געוואלט אז עס זאל אלץ זיין ווייניגער ווי א רביעית אויל כדי עס זאל נישט טמא ווערן פון דער מנורה[12]. אנדערע תירוצים זענען אז זיי האבן געפלאנט צו צינדן בלויז איין ליכט יעדן נאכט, און זיי וואלטן יוצא געווען די הדלקה פון יענע ליכט ווייל די ליכט זענען נישט מעכב איינער דעם אנדערן[13]; אדער אז זיי האבן געמאכט דינע קנויטן[14]. טייל זאגן אז זיי האבן זיך געמעגט פארלאזן אויף א נס נאך וואס זיי האבן בין אהין געזען פיל ניסים[15].
- קריגל זיך גלייך אנגעפילט
אינעם צווייטן תירוץ ענטפערט דער בית יוסף, אז באלד נאך מ'האט געענדיגט אנפילן די מנורה האט זיך די קריגל צוריק אנגעפילט בנס, און אזוי ענטפערן אויך די תוספות הרא"ש און דער נימוקי יוסף[1]. דער תירוץ איז אבער שווער, וויבאלד לויט דעם קומט אויס אז דער לעצטער נאכט איז נישט געווען קיין נס[16]. טייל זאגן אז דער אכטער נאכט איז געווען א נס וויבאלד די עצם אויל איז געקומען פון א נס, אדער אז בלויז דער ערשטע נאכט האט זיך דער קריגל גלייך אנגעפילט, אבער די אנדערע נעכט האט זיך עס אנגעפילט נאר צומארגנס פאר די הדלקה[17]. רבי שלמה קלוגער ענטפערט אז דאס קריגל האט זיך אנגעפילט בשעת'ן גיסן די אויל, און מ'איז יעדן טאג געווען מסופק צי די מנורה ברענט פון אויל וואס איז פריער געווען, אדער אויף אויל פון א נס. און אלס ספק האלט מען אלע אכט טעג חנוכה[18].
- מנורה געבליבן פול
אינעם דריטן תירוץ ענטפערט דער בית יוסף אז מ'האט געטראפן די מנורה אינדערפרי אנגעפילט מיט אויל און עס האט נישט אויסגעברענט. אויך דער תירוץ ווערט געברענגט אין ראשונים[19], און אויך אויף דעם תירוץ איז שווער דער אויבנדערמאנטע קשיא אז דער אכטער טאג איז נישט געווען א נס[20]. אויף דעם תירוץ איז שווער אז לכאורה ווערט די אויל "דשן" אינדערפרי, און מ'דארף עס ארויסנעמען און אריינלייגן נייע[21], און לויט דעם וואלט די אויל פסול געווארן יעדע צופרי. דער מהר"ם חביב ענטפערט דערויף עטליכע תירוצים, ערשטנס אז דער נס איז געווען ווי א הוראות שעה אז מ'מעג צינדן מיט אויל וואס איז דשן; אדער אז די ליכט האט זיך נישט אויסגעלאשן, נאר מ'האט ארויסגענומען די קנויט און עס אויסגעלאשן אינדרויסן, און אין אזא פאל ווערט עס נישט דשן[22]; אדער אז די מנורה איז בנס אנגעפילט געווארן מיט אויל הערשט נאכ'ן דישון[23]. אין טייל ראשונים און אחרונים שטייט ענליך צו דעם תירוץ, אבער אביסל אנדערש: זיי שרייבן אז יעדע נאכט האט אויסגעברענט בלויז אן אכטל, און די מנורה איז געבליבן אנגעפילט מיט די איבעריגע אויל וועלכע מ'האט אנגעצונדן די קומענדיגע נאכט[24].
- נישט געווען גענוג פאר איין טאג
דער ראב"ד אין ספר האשכול[25] ברענגט אלס א תירוץ די שאילתות[26] וועלכע איז גורס "ולא היה בו להדליק אפילו יום אחד" אנשטאט "ולא היה בו אלא להדליק יום אחד". געוויסע אחרונים מסביר דעם שאילתות אז דאס אויל איז געווען געאייגנט פאר מנחת חביתין, וועלכע דארף דריי לוג, בשעת די מנורה דארף דריי און א האלב לוג (א האלב לוג פאר זיבן ליכט)[27][28]. אנדערע זאגן אז די קריגל איז געווען אן אלטע און עס האט איינגעזאפט פון די אויל מיט דער צייט[29], אדער אז עס האט זיך אנגעזאמלט שמרים מיט דער צייט[30]. ענליך ענטפערן טייל אחרונים לויט דער שיטת הרמב"ם[31] אז מ'צינדט די מנורה אויך בייטאג, אז אין די קריגל איז געווען א שיעור בלויז פאר איין הדלקה, און דאס איז געניצט געווארן ביינאכט, און די נס איז שוין געווען דער ערשטע טאג בייטאג[32]. טייל טייטשן אריין די שיטת הרמב"ם אין די גירסא פון די שאילתות[33]. פארהאן וואס ענטפערן ענליך צום די שאילתות אז עס איז נישט געווען גענוג אפילו פאר איין טאג, און געבן פארשידענע סיבות פארוואס יענעם נאכט האט מען געדארפט מער אויל ווי געווענליך. דער חתם סופר שרייבט אז מ'האט געצונדן די מנורה אין די עזרה אנשטאט אינעם היכל, וועלכער איז נאך געווען פול מיט עבודה זרה, און צוליב די ווינטן האט אויסגעפעלט מער אויל[34]. טייל זאגן אז די מנורה האט איינגעזאפט מער ווי די געווענליכע מנורה היות עס איז געווען א פרישע מנורה[35], אדער וויבאלד מ'האט עס געמאכט מיט חרס כדי עס זאל נישט מקבל טומאה זיין פון אינדרויסן[36], און חרס זאפט איין[37][38].
- מוז איבערבלייבן אביסל אויל
דער טורי זהב[39] ענטפערט לויט די ווערטער פונעם זוהר אז דער באשעפער מאכט א נס צו פארמערן עפעס וואס עקזיסטירט שוין, אבער נישט צו באשאפן עפעס פון פריש. אלזא איז דער נס דעם ערשטן טאג געווען אז עס איז איבערגעבליבן פונעם אויל אויף וואס די ברכה זאל חל זיין. אויך אויף דעם תירוץ איז שווער וואס די אחרונים פרעגן אויף דעם בית יוספ'ס דריטן תירוץ אז די אויל וואלט געדארפט ווערן דשן. אויסער די תירוצים וואס מ'ענטפערט שוין אויפ'ן בית יוספ'ס תירוץ, זענען דא וואס טייטשן דעם ט"ז אז אביסל איז געבליבן אינעם קריגל אויך נאכ'ן אנפילן די מנורה, און אויף דעם האט חל געווען די ברכה[40]. טייל פרעגן אז עס איז אוממעגליך אויסצוליידיגן א כלי אינגאנצן פון אויל ווי מ'זעט אין די גמרא אין בבא בתרא[41], און אויב אזוי וואלט געבליבן אויל אין די קריגל אויך אן א נס[42]. אנדערע פרעגן אז א האלבע לוג אויל איז די שיעור פאר די לענגסטע נאכט אין יאר, און חנוכה איז איידער תקופת טבת, און ממילא וואלט די גאנצע אויל סיי ווי נישט געקענט אויסברענען[43]. טייל אחרונים זאגן ענליך צום ט"ז אז עס האט געמוזט בלייבן אביסל אויל, אבער געבן אן אנדערע טעם פארוואס. צי ווייל די אויל וואס קומט יש מאין וואלט נישט געווען "שמן זית זך"[44]; אדער אז עס וואלט געווען הפקר און נישט הקדש[45], און אויך נישט פון תרומת הלשכה[46], און אויך נישט מקודש אין א כלי שרת[47]; אדער ווייל מ'האט געדארפט מבטל זיין די אויל דורך "קמא קמא בטיל" נישט נהנה צו זיין פון מעשה ניסים[48].
- געברענט אכט טעג ברציפות
דער מגן אברהם אין זיין פירוש זית רענן אויף מדרש[49] שרייבט אז די ליכט האבן געברענט אכט טעג ברציפות, ווען יעדן טאג האט אראפגעברענט אן אכטל פון די אויל. ער לייגט צו אז מ'האט עס נישט געמעגט אויסלעשן אינדערפרי, ווי דער דין איז אז מ'טאר נישט אויסלעשן א ליכט וואס ברענט. לויט דעם תירוץ איז נישט שווער וואס די אחרונים פרעגן אויף דעם בית יוספ'ס דריטן תירוץ אז די אויל ווערט 'דשן', די אויל ווערט דשן נאר אויב די ליכט לעשט זיך אויס; א ליכט וואס בלייבט ברענען איז זיין אויל נאך כשר צו נוצן ווייטער[50]. דער חיד"א אין מחזיק ברכה איז אבער מדייק אז פון די לשון הברייתא איז משמע אז מ'האט אנגעצונדן אכט טעג, ווייל עס שטייט "והדליקו ממנו ח' ימים", נישט "והיה דולק והולך"[51]. אויף דעם תירוץ איז שווער וויאזוי די כהנים האבן מקיים געווען די מצווה פון "הדלקה". פארהאן וואס ענטפערן לויט ווי רבי חיים בריסקער זאגט אז די מצווה פון הדלקה המנורה איז אז די ליכט זאל ברענען, נישט דאס אנצינדן[52], ממילא איז מען מקיים די מצווה מיט דעם אליין וואס די ליכט ברענען[53]. אנדערע זאגן אז מ'האט געטוישט די קנויטן, און מיט דעם מקיים געווען הדלקה[54]; אדער אז מ'האט צוגעלייגט אויל, און דאס הייסט "הדלקה" ווייל מ'איז חייב אויף מבעיר ווען מ'טוט דאס אום שבת[55].
- ספיקא דיומא
טייל אחרונים פארענטפערן דעם בית יוספ'ס קשיא אז מ'האט צוגעלייגט א טאג אלס ספיקא דיומא[56]. אבער אנדערע פרעגן דערויף פיל הארבע קשיות: אז חנוכה וואלט געדארפט זיין אכט טעג אנגעהויבן פון כ"ו כסלו ווען דער נס איז צוערשט געשען[57], אז די מהדרין מן המהדרין וואלט געדארפט צינדן בלויז זיבן ליכט אויך דער אכטער טאג[58], און אז אין ארץ ישראל וואלט חנוכה געדארפט זיין בלויז זיבן טעג[59].
- אלס נצחון מלחמה
דער מאירי ענטפערט אז דער ערשטע טאג איז געווען לזכר דער זיג ביי די שלאכטן קעגן די יוונים, און אזוי ענטפערן א גרויסע צאל אחרונים[60]. דער עיקר שוועריגקייט צו דעם תירוץ איז אז אויב אזוי וואלט מען נישט געדארפט צינדן ליכט דער ערשטער טאג, נאר עס פייערן "בהלל והודאה"[61]. פארהאן וואס ברענגען א ראיה צו דער תירוץ פון דאס אז פרויען זענען מחויב אין נר חנוכה, און דער טעם איז וויבאלד זיי זענען אויך געווען ביים נס[62], דהיינו אז זיי זענען געראטעוועט געווארן פון דער גזירה אז יעדע פרוי דארף זיין ביי א גענעראל ערשט. דערפאר איז מוכרח אז דער נס איז די מלחמה וואס האט מבטל געווען די גזירה[17]. פארהאן וואס ווענדן אפ די ראיה אז דער נס פון דער מנורה איז אויך וואס איז נוגע פאר גאנץ כלל ישראל, און אויך פאר פרויען[63].
- אויפ'ן נס פון טרעפן דאס קריגל
טייל ראשונים ענטפערן אז דער ערשטער טאג איז נקבע געווארן לזכר דעם נס פון טרעפן דעם קריגל, ווייל דאס אליין אז מ'האט געטראפן אויף א באהאלטענע ארט וואו די יוונים האבן נישט געקענט צוקומען איז אויך א נס[64]. די אחרונים זענען מסביר וואס דער נס איז געווען דא אין עטליכע אופנים: אז די יוונים האבן עס נישט געטראפן[65]; אז עס איז נישט גערירט געווארן בכלל און נישט טמא געווארן בהיסט; אדער אז עס איז נישט צעבראכן געווארן דורכאויס אלע מהומות אינעם בית המקדש[66]. טייל זאגן אז דער נס איז אז די כהנים האבן עס געלייגט אין א קריגל פון חרס וואס ווערט נישט טמא פון אינדרויסן און עס האט געהאט א שמאלן עפענונג אזוי אז מ'האט נישט געדארפט חושש זיין אז א גוי האט אריינגעשטעקט זיין פינגער[67]; און אז עס איז דעם כהן גדול בכלל איינגעפאלן עס צו זיגלען[68]. טייל זאגן אז דאס זיגל האט א מלאך געמאכט[69].
- אנדערע טעמים פאר אכט טעג
טייל זאגן אנדערע טעמים פאר'ן קובע זיין אכט טעג חנוכה, לאו דווקא פארבונדן מיט דעם נס:
- כדי עס זאל זיין א חילוק יעדן טאג צווישן בית שמאי און בית הלל. מיט זיבן טעג וואלטן ביידע שיטות געצונדן פיר ליכט דעם פערטן טאג[70].
- כדי אז אלעמאל זאל ב' טבת אויספאלן אין חנוכה. דער יאר פון דעם נס איז כסלו געווען חסר, און די זיבעטע טאג פונעם נס איז געפאלן ב' טבת, און כדי חנוכה זאל זיך ציען ביז דאן אויך ווען כסלו איז מלא האט מען צוגעלייגט א טאג[71].
- כדי די מנורה זאל נישט זיין פון זיבן רערן, וואס איז אסור ווייל מ'טאר נישט נאכמאכן כלים פון בית המקדש[72].
- עס זאל זיין אזוי לאנג ווי דעם לענגסטן יום טוב, סוכות[73].
- קעגן די אכט טעג סוכות וואס די יוונים האבן מבטל געווען[74].
ביבליאגראפיע
- רבי ירחמיאל זעלצער, נר למאה חנוכה, תשכ"ח
- הרב שמואל דוד ווייס, שמונה מי יודע, ירושלים, תש"פ - אלף תירוצים לקושיית הבית יוסף
- רבי נתן געשטעטנער, "קונטרס ימי שמונה", נתן פריו חנוכה, בני ברק, תשס"ד, עמ' קנט–קפח
- רבי אליהו שלזינגר, מצות נר איש וביתו, ירושלים, תשס"ח[75]
- ימי שמונה – חמש מאות תירוצים לקושיית הבית יוסף, מכון 'אור חדש', אשדוד תשס"ז[76]
- הרב יוסף זאב וועטטענשטיין, זיו המועדים חנוכה, לאנדאן, עמ' קמה ואילך
- מאות תירוצים על קושיית הבית יוסף מגדולי המפרשים בכל הדורות, אויף דרשו, נאוועמבער 22, 2018
דרויסנדיגע לינקס
- "חנוכה: קושית הבית יוסף והתירוצים", אשכול אויף אייוועלט
- רבי אשר ווייס, שיעור על קושיית הבית יוסף - אתר "מנחת אשר"
- הקושייה הידועה כקושיית ה"בית יוסף" אויף אוצר החכמה פארום
- קטגוריה: קושיית הבית יוסף לחנוכה, וויקיטעקסט
- דער ארטיקל "קושיית בית יוסף על חנוכה", אויפ'ן "ויקישיבה" זייטל
- "חנוכה: קושית הבית יוסף והתירוצים", אשכול אויף אייוועלט
רעפערענצן
- ↑ 1.0 1.1 1.2 1.3 שבת כא, ב
- ↑ בית יוסף אויף טור אורח חיים סימן תר"ע
- ↑ נר למאה
- ↑ רבי נתן געשטעטנר, "קונרס ימי שמונה", נתן פריו - חנוכה, בני ברק, תשס"ד, זייטן קנט-קפח (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן)
- ↑ מנחות פט, א.
- ↑ תוספות הרא"ש, שבת כא, ב; מאירי דארט; מהר"ל אין ספר נר מצווה; של"ה פרשת וישב אין די הגהה; פרי חדש סימן תר"ע
- ↑ פני יהושע, שבת כא, ב; שו"ת חכם צבי סי' פז
- ↑ מור וקציעה סימן תר"ע
- ↑ תוספות הרא"ש, שבת כא, ב; חידושי רא"ם אויפ'ן סמ"ג הלכות חנוכה
- ↑ שיטת הקדמונים שבת דף כא עמוד ב; פני יהושע דארט; כלי חמדה פרשת וישב אות ד
- ↑ חכמת שלמה או"ח סימן תר"ע; גליוני הש"ס שבת דך כא עמוד ב; כלי חמדה פרשת אמור אות ט
- ↑ עץ הדעת טוב שבת דף כא עמוד ב; דברי מהרי"א פרשת מקץ
- ↑ כלי חמדה פרשת במדבר אות ה ד"ה ונראה
- ↑ כלי חמדה פרשת וישב בשם דער חידושי הרי"ם. זעט אויך פנים יפות אויף שמות פרק כז פסוק כא
- ↑ שיח יצחק (ווייס) סימן שכ"ו; מי מעין, שבת כא, ב; מי מרום שיחות על התורה, בראשית מאמר פח אות ב
- ↑ פרי חדש סימן תר"ע
- ↑ 17.0 17.1 הנותן אמרי שפר (ראנ"ח) פרשת וישב
- ↑ חכמת שלמה סי' תר"ע
- ↑ ספר האשכול הלכות חנוכה ופורים סימן ו
- ↑ פרי חדש סימן תר"ע; ליקוטי חבר בן חיים דארט אויפ'ן ט"ז
- ↑ מנחות פח, ב; משנה תורה לרמב"ם, הלכות תמידים ומוספין, פרק ג', הלכה י"ב.
- ↑ זע שפת אמת שבת דף כא עמוד ב
- ↑ דרשות מהר"ם חביב פרשת מקץ
- ↑ תוספות הרא"ש, שבת כא, ב; נימוקי יוסף דארט; אורחות חיים הלכות חנוכה; לבוש סימן תר"ע; מהר"ל אין ספר נר מצווה; פרי חדש דארט
- ↑ ספר האשכול הלכות חנוכה ופורים סימן ו'
- ↑ שאילתא כו
- ↑ זע די סוגיות אין מנחות פז, ב-פח, א.
- ↑ שו"ת פני אריה סימן מ'; שבת של מי שבת דף כא עמוד ב; מלא העומר סוף פרשת מקף
- ↑ שאילות שלום אויפ'ן שאילתות דארט
- ↑ משנה שכיר חנוכה זייט קצג
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, הלכות תמידים ומוספין, פרק ג', הלכה י"ב.
- ↑ הגהות חשק שלמה שבת דף כא עמוד ב; שו"ת קרן לדוד סי' קנט; צבי לצדיק מאמר ד אות ט. און זע ברכי יוסף סימן תר"ע
- ↑ שו"ת בנין שלמה סי' נג
- ↑ דרשות חתם סופר ח"א דף סז.
- ↑ חידושי מהרצ"א אויף חנוכה
- ↑ זע מהרש"א חולין דף נה עמוד א
- ↑ טורי זהב, יורה דעה, סימן צ"ג, סעיף קטן א'
- ↑ ייטב פנים אויף חנוכה; מאיר עיני חכמים ח"א סי' מד אות כא; ילקוט הגרשוני סי' תר"ע
- ↑ סימן תר"ע
- ↑ דברי נחמיה אין השלמת שו"ע הרב סימן תר"ע
- ↑ בבא בתרא פז, ב.
- ↑ משנה שכיר ח"ב סימן קצג
- ↑ הגהות אמרי ברוך או"ח סימן תר"ע; תולדות יעקב יוסף פרשת מקץ; שו"ת אמרי שפר סי' ה'
- ↑ כלי חמדה פרשת ויקהל אות ח; שו"ת דברי ישראל ח"א סי' רג
- ↑ שו"ת בית יצחק או"ח סי' קי
- ↑ חידושי הרי"ם לחנוכה; שפת אמת ליקוטים זייט קעא
- ↑ שו"ת ציץ אליעזר ח"י סי' לא אות ה
- ↑ ספר החיים סימן תר"ע
- ↑ ילקוט שמעוני פרשת בהעלותך
- ↑ שפת אמת מנחות דף פח עמוד ב
- ↑ מחזיק ברכה סימן תרע אות א
- ↑ חידושי רבינו חיים הלוי אויף רמב"ם הל' תמידין ומוספין פרק ג הלכה ד
- ↑ שפע חיים חנוכה סימן פ'
- ↑ חומת אנך פרשת תצווה
- ↑ מקראי קודש לחנוכה סי' א
- ↑ דרשות חתם סופר לחנוכה, תולדות יעקב יוסף פרשת חנוכה
- ↑ פרי מגדים תר"ע משבצות זהב סק"א
- ↑ ערבי נחל סוף פרשת בראשית
- ↑ דרשות חתם סופר לחנוכה
- ↑ בינה לעתים דרוש יח; פרי חדש סימן תרע; חיי אדם כלל קנד ס"ב; העמק שאלה אויף שאילתות שאילתא כו אות כו; בת עין אויף עניני חנוכה; קדושת לוי עניני חנוכה; אמרי נועם סי' כט
- ↑ מעשה רוקח אויפ'ן רמב"ם הלכות חנוכה פרק ג
- ↑ שבת כג, א
- ↑ זעט מנחת יצחק חלק ו סימן סד
- ↑ מאירי, שבת כא, ב. און אזוי ווערט געברענגט אין פילע אחרונים
- ↑ מיני תרגומא ליקוטים דף לו; קומץ המנחה פרשת וישב עניני חנוכה; ספר החיים או"ח סי' תר"ע
- ↑ נימוקי מהרא"י אויף דער רמב"ם הלכות חנוכה
- ↑ אמרי שפר, שבת כא, ב
- ↑ קהלת יעקב (ר"ש קלוגער) זייט קי; דברי חיים עניני חנוכה
- ↑ לוית חן שבת דף כא עמוד ב
- ↑ בת עין סוף פרשת וישב
- ↑ דרשות חתם סופר תקצ"ד דף סז עמוד ב
- ↑ ברית משה אויפ'ן סמ"ג הל' חנוכה; שואל ומשיב קמא ח"ג סימן עא
- ↑ רבינו יהונתן הכהן מלוניל אויפ'ן רי"ף שבת דף ט עמוד ב
- ↑ ערוך השולחן סימן תר"ע על פי ספר חשמונאים
- ↑ ראה ביקורת על ספר זה, מאת ר' עקביא שמש.
- ↑ ראה ביקורת על ספר זה בפורום ספרים וסופרים, מאת ר' עקביא שמש.
חנוכה | |||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|
מצוות | קריאת ההלל • צינדן חנוכה ליכט • פרסומי ניסא | ||||||
חנוכה ליכט | חנוכה מנורה • הדלקה עושה מצוה • כבתה זקוק לה | ||||||
היסטאריע |
| ||||||
תפילות און פיוטים | על הנסים • הנרות הללו • מעוז צור • אכלו משמנים | ||||||
מנהגים | לאטקע • פאנטשקע • דריידל • חנוכה געלט | ||||||
פארשידנס | שבת חנוכה • זאת חנוכה • בית יוספ'ס קשיא • ווייסע הויז חנוכה צערעמאניע • קרבנות הנשיאים | ||||||