רוי:קאמאלא העריס

פון המכלול
ווערסיע פון 03:14, 23 יולי 2024 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (תנא קמא האט אריבערגעפירט בלאט דרעפט:קאמאלא העריס צו רוי:קאמאלא העריס אן לאזן א ווייטערפירונג)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
קאמאלא העריס
Kamala Harris
געבורט אקטאבער 20, 1964 (יארגאנג: 60)
אוקלענד, קאליפארניע, פאראייניגטע שטאטן
פולער נאמען קאַמאַלאַ דעווי העריס
געבורט נאמען Kamala Devi Harris
מדינה פאראייניגטע שטאטן
לערנארט האווערד אוניווערזיטעט
אוניווערסיטעט פון קאַליפאָרניע, העיסטינגס קאלעדזש פון געזעץ
באשעפטיגונג יוריסטקע, פאליטיקערין
פארטיי דעמאקראטישע פארטיי
פאטער דאנאלד העריס
מוטער שיאַמאַלאַ גופּאַלאַן
סגנית נשיא ארצות הברית ה-49
20 בינואר 2021 – מכהנת
סנאטורית מטעם מדינת קליפורניה
3 בינואר 201718 בינואר 2021
התובעת הכללית של קליפורניה
3 בינואר 20113 בינואר 2017
התובעת המחוזית של סן פרנסיסקו
8 בינואר 20043 בינואר 2011

קאַמאַלאַ העריס (ענגליש: Kamala Harris; געבוירן אקטאבער 20, 1964) איז דער 49סטער וויצע־פּרעזידענטין פון די פאראייניגטע שטאטן (2021-25) אין דער דעמאקראטישער אדמיניסטראציע פון פרעזידענט דזשאו ביידען. זי איז געווען די ערשטע פרוי, די ערשטע שווארצע אמעריקאנער, און די ערשטע אזישע אַמעריקאַנער וואָס האָט אָנגענומען דעם פּאָסטן. זי האט פריער געדינט אין די פ.ש. סענאַט (2017-21) און אלס אדוואקאט גענעראל פון ​​קאליפארניע (2011-17). אין יולי 2024, נאָך זיין שוואכן פאָרשטעלונג אין אַ נאציאנאל-טעלעוויזירטע דעבאַטע מיט רעפובליקאנער קאַנדידאַט און געוועזענער פּרעזידענט דאנאלד טראמפ, האט ביידען אויפגעגעבן זיין קאנדידאטור פאַר ווידער-וועלונג און ענדאָרסירט העריס אלס דער דעמאָקראַטישע פארטיי'ס קאנדידאטין אין די פּרעזידענטשאַפט וואַלן פון 2024.

ביאגראפיע

זי איז געבוירן אין אוקלענד, קאליפארניע צו אַ טאַמיל אינדיאַנער (העב') מוטער און אַ דזשאַמעיקאַנער פאטער. העריס'נס עלטערן האָבן זיך דיוואָרסט ווען זי איז געווען זיבן, און איר מוטער איז באקומען קאסטאדי פון די קינדער. נאָך די גט, ווען העריס איז געווען 12, האט איר מוטער זיך געצויגן מיט די קינדער צו מאָנטרעאַל, קוויבעק, קאַנאַדע.

נאָכן גראדואירן פון וועסטמאָונט מיטלשולע אין וועסטמאָונט, קוויבעק, אין 1981, האט העריס שטודירט ין האָוואַרד אוניווערסיטעט אין וואַשינגטאָן די סי, וואו זי האט מאַיאָרירט אין פּאָליטישע וויסנשאַפט און עקאָנאָמיק.

העריס האט זיך אומגעקערט צו קאַליפאָרניע, פארדינענדיג איר 'יוריס דאָקטאָר' (ענ') פון די 'אוניווערסיטעט פון קאַליפאָרניע, העיסטינגס קאלעדזש פון געזעץ' אין 1989, און האט אנגעהויבן איר קאַריערע אין די אַלעמידע-קאונטי דיסטריקט-פראקוראר'ס אפיס.

אין 2003 איז העריס געווארן די סיטי און קאָונטי פון סאַן פראַנציסקאָ דיסטריקט אטורני. נאָכן דינען פאַר צוויי טערמינען, איז זי געווארן ערוועלט אלס דער ערשטער אפריקאנער-אמעריקאנער און ערשטער פרוי צו דינען אלס קאַליפאָרניע אדוואקאט גענעראל אין 2010 און ווידער-ערוועלט אין 2014.

אין 2017 איז העריס געווארן איינגעשוואוירן אלס סענאטאר פון די פאראייניגטע שטאטן פאר קאַליפאָרניע, די צווייטע אפריקאנער-אמעריקאנער פרוי און דער ערשטער דרום אזיע-אמעריקאנער סענאַטאָר אין היסטאריע. זי האט געדינט אין דער קאמיטע פון היימלאנד זיכערהייט און רעגירונגס אנגעלעגנהייטן, די סעלעקט קאמיטע פאר אינטעליגענץ, די קאמיטע פאר די דזשודישיערי, און די קאמיטע פארן בודזשעט. העריס האָט קאו-ספּאנסאָרירט א צוויי-פּאַרטייאישע רעזאלוציע פארדאמענדיג האַס און אנטיסעמיטיזם און רעזאלוציעס פארדאמענדיג די שיסעריי אין 2018 ביי דער "בוים פון לעבן שול" אין פיטסבורג און די שיסעריי אין 2019 אין חב"ד פאוועי (העב').

העריס האט געשטרעבט די דעמאָקראַטישע נאמינאציע צום פּרעזידענטשאפט אין 2020 און האט געשיינט צו זיין א לעגיטימע קאנדידאטין. איר קאמפיין איז אָבער געזען געוואָרן ווי א אומגליק. Peter Nicholas און Katherine Doyle פון NBC האָבן אנגעמערקט אַז עס האט איר געמאנגלט געלט, אַן אָנזאָג און א צוזאמגענומענע קאמפיין-פירונג, און זי האָט זיך צוריקגעצויגן פונעם געלויף איידער די פּריימעריס.

נאָך דעם מאָרד פון דזשאָרדזש פלויד און נאכפאלגנדע פּראָטעסטן און דעמאנסטראציעס אום מאי 2020, איז דזשאָו ביידען געווען אונער דרוק צו אויסקלייבן אַ שוואַרצן פרוי אלס זיין וויצע-מיטלויפערין. אום 11 אויגוסט 2020 האט ביידען געמאלדן אַז ער האט אויסדערוועלט העריס אלס זיין וויצע-פּרעזידענטשאַפט-קאנדידאטין. זייער קאנדידאטור האט באַזיגט דאָנאַלד טראַמפּ און מייק פּענס אין די 2020 וואַלן. נאך איר וואל אלס וויצע פרעזידענט, האט העריס רעזיגנירט פון איר סענאט זיץ דעם 18טן יאנואר 2021. העריס און ביידען זענען איינגעשוואוירן געווארן דעם 20טן יאנואר 2021.