רוי:משה פרידמאן (גבאי)

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
טעקע:Moshe gabai.JPG
ר' משה פרידמאן המכונה משה גבאי.
ר' משה פרד"מ

משה פרידמאן, באקאנט צווישן סאטמארער חסידים אלס משה גבאי, איז געווען דער לאנג-יעריגער באדינער פונעם לעצטן סאטמארער רבי'ן, ר' רבי משה טייטלבוים זצ"ל, און איז היינט דער גבאי ביים סאטמארער רבי'ן פון וויליאמסבורג ר' רבי זלמן לייב טייטלבוים שליט"א.

ביוגרפיה

אלס בחור האט ער געלערנט אין דער סאטמארער ישיבה אויף סאנז סטריט אין ברוקלין, ווי ער איז געווען נאנט באפריינדעט מיט אליעזר קעסטענבוים און ברוך מרדכי אקערמאן, היינט באקאנט אלץ ר' משה'ס וויכטיגע שטיצערס. ר' משה איז אויפגעוואקסן מיט דער מיינונג אז מ'דארף נעמען אן אגרעסיוון וועג ווען עס קומט צו פארטיידיגן די סאטמארער אינטערעסן.

אלץ גאר א אינגער יונגערמאן אין עלטער פון עטליכע צוואנציג יאר, האט אים דער סאטמארער רבי אויסגעקליבן אלס גבאי. צוליב זיין נאנטקייט צום סאטמארער רבי האט ער באקומען א מאכטפולע השפעה אויפ'ן אלוועלטליכן סאטמארער חסידות. ביי זיינע יארען איז חסידות סאטמאר שטארק געוואקסן, אבער מיט דער צייט האבן זיך געשאפן קעגן אים פילע קעגנערס וואס האבן געטענה'ט אז ער פירט אן די קהלה מיט א שטייפע האנט, און באנוצט זיך מיט בייזוויליגע מעטאדן אויף איינצופירן זיין ווילן. ער האט איבערגעלעבט א אטענטאט אויף זיין לעבן.

יארן לאנג איז ר' משה פרידמאן געווען א נאנטער ידיד מיט דעם עלטסטן זון פון סאטמארער רבי, דער קרית יואל'ער רב, רבי אהרן טייטלבוים מיט וועם ער האט געארבעט האנט ביי האנט פאר די אינטערעסן פון די סאטמארע קהלה. דאס האט אויך געברענגט פאר ר' אהרן געוויסע מתנגדים אין דער סאטמארער קהלה, בפרט אין קרית יואל וואו ער איז געווען רב.

דער איד

ער איז פּרעזידענט פונעם וואָכן בלאַט דער איד.

דרויסנדיגע לינקס

הערשל פרידמאן אנאליזן, אויף אידיש24 וועבזייטל

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!