רוי:רבי חיים מאיר האגער

פון המכלול
ווערסיע פון 10:51, 18 דעצעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "[[משה יהושע האגער" ב־"[[רבי משה יהושע האגער")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי חיים מאיר האגער
געבורט ט"ו כסלו תרמ"ח
וויזשניץ
פטירה ט' ניסן תשל"ב
כינוי אמרי חיים
מקום קבורה בני ברק
טעטיגקייט אָרט בני ברק
דינאסטיע וויזשניץ
קינדער
רבי משה יהושע האגער
רבי מרדכי האגער
חנה מרים סימא ווייס
הינדא אדלער
שבע ברכה ערנסטער
צפורה פרידמאן
4'טער וויזשניץ'ער רבי

רבי חיים מאיר האגער זצ"ל (ט"ו כסלו ה'תרמ"ח - ט' ניסן ה'תשל"ב), דער פערטער וויזשניצער רבי, איז באקאנט מיט דעם נאמען "דער אמרי חיים".

אפשטאם

רבי חיים מאיר איז געבוירן אין וויזשניץ ט"ו כסלו ה'תרמ"ח, צו זיין פאטער רבי ישראל האגער, פון וויזשניץ, "דער אהבת ישראל", א זון פון רבי ברוך האגער, פון וויזשניץ, "דער אמרי ברוך", א זון פון רבי מנחם מענדיל האגער פון וויזשניץ, באקאנט אלס "דער צמח צדיק", א זון פון רבי חיים האגער פון קאסוב, "דער תורת חיים", א זון פון רבי מנחם מענדיל האגער, פון קאסוב, "דער אהבת שלום". און צו זיין מוטער מרת הינדא א טאכטער פון רבי מאיר הורוויץ, פון דזשיקוב, "דער אמרי נועם", א זון פון רבי אליעזר הורוויץ, רב אין דזשיקוב, באקאנט אלס "רבי אליעזר'ל דזשיקאווער", א זון פון רבי נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב

רבנות

זיין פאטער האט אויף אים געזאגט ער איז א "בעל שם טוב ייד", און ער ווייסט נישט פון וואנען ער האט זוכה געווען צו אזא זון.

פון יאר ה'תר"ע איז רבי חיים מאיר געווען רב אין ווילחאוויץ, מאראמאראש, ביז אין יאר ה'תרצ"ו איז ער געווארן ממלא מקום פון זיין פאטער אין גרויסווארדיין.[1]

ביי דעם חורבן אייראפע האט מען אים ארויס געשווערצט פון געטא אין גרויסווארדיין אריין אין די וועלדער, פון דארט האט מען אים אריבער געשווערט קיין בוקארעסט וואו ער איז געבליבן ביז צום באפרייאונג.

נאך דעם חורבן אייראפע אין יאר ה'תש"ו איז רבי חיים מאיר צוריק געפארן קיין גרויסווארדיין, פון דארט האט ער זיך אריבערגעצויגן אין יאר ה'תש"ז קיין אנטווערפן, אין ענדע פון יאר איז ער ארויף קיין ארץ ישראל, און זיך באזעצט אין תל אביב.

רבי חיים מאיר איז געווען דער ערשטער רבי אויף צושטעלן אן אייגן שטעטל, און מיט גרויסע שוועריגקייטן האט ער אויפגעשטעלט דעם שיכון וויזשניץ אין בני ברק.

פון יאר ה'תש"י האט רבי חיים מאיר שוין געוואוינט אין שיכון וויזשניץ און אנגעפירט פון דארט מיט זיין פארצווייגטער ארבעט, ער האט דארט אויפגעשטעלט א געוואלדיגן חסידישן מיליטער, אין וועמען ער האט אריינגעשיינט תורה מיט אידישקייט.

רבי חיים מאיר איז געווען איינער פון די פירערס פונעם ארטאדאקסישן אידנטום אין ארץ ישראל, און איז געווען פון די אנגעזענע פירערס פון אגודת ישראל און א מיטגליד אין דער מועצת גדולי התורה.

זיינע גבאים זענען געווען ר' יצחק דוד רעזמאוויטש און ר' מנחם אליעזר מאזעס.

הסתלקות

רבי חיים מאיר איז נפטר געווארן ערב שבת קודש ט' ניסן ה'תשל"ב, און ער ליגט אין זכרון מאיר בני ברק, אין אהל פון זיין פאטער צוזאמען מיט זיינע ברידער.

פאמיליע

אין יאר ה'תרס"ה האט רבי חיים מאיר געהייראט מרת מרגליא א טאכטער פון רבי זאב (וועלוועל) טווערסקי, פון רחמיסטריווקא, א זון פון הרב יוחנן טווערסקי פון רחמיסטריווקא. זייערע קינדער:

רעפערענצן

  1. זכרון יהודה, עמ' קל"ו, ציטירט אין שבת בשבתו, רבי חיים מאיר האגער, פ' מצורע תשע"א (באנד 845)
  2. הרה"צ רבי ישראל אליעזר אדלר יוכתר לאדמו"ר
  3. אשר קליין, ‏אבל כבד בוויזשניץ, אויף JDN‏, כ"ו טבת תשע"ג (העברעאיש)


פריערדיגער:
רבי ישראל האגער
"אהבת ישראל"
וויזשניצער רבי
תרצ"ז - תשל"ב
"אמרי חיים"
נאָכפאלגער:
רבי משה יהושע האגער (בני ברק)
רבי מרדכי האגער (מאנסי)
Maimonides-2.jpg דער ארטיקל בנוגע רבנים איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!