רוי:רב נטרונאי גאון
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
רב נטרונאי גאון בר ליהאי (ד'תרי"ג - ד'תרי"ח, 859 – 869), גאון אין סורא, פאַראַן פון אים אַ סך תשובות װעגן מנהגי בית הכנסת און נוסחאות פון תפילות און פּיוטים; ער ברענגט די פּיוטים װאָס שטאַמען פון קליר; ער ברענגט דעם מנהג פון שלאָגן כפּרות; ער איז אַרױסגעטרעטן שאַרף קעגן די קראים.
מען דערציילט אויף אים, אַז ער האָט געהאט קפיצת הדרך פון בבל קיין פראַנקרייך; רב עמרם גאון אין זיין סידור (סדר) ברענגט פון אים אַ סך מנהגים און תשובות.
קוואלן
- דער דאָזיקער אַרטיקל נעמט אַריין דעם טעקסט וואָס געפינט זיך אונטערן זוכוואָרט „נטרונאי, גאון” אין דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (באַנד 2) (1949), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים.