הבל
געבורט | א' תשרי שנת ב' |
---|---|
פטירה | עטליכע דיעות |
גיל פטירה | עטליכע דיעות |
בן זוג | צווילינג שוועסטער |
בתנ"ך | בראשית ד |
הֶבֶל איז געווען א זון פון אדם הראשון און חוה.
ביאגראפיע
הבל איז געווען דער צווייטער קינד פון אדם הראשון, א צווילינג ברודער פון קין. און איז געבוירן געווארן צוזאמען מיט נאך צוויי שוועסטערס[1], פרייטאג, די זעקטסע טאג פונעם בריאה[2]. עס זענען דא וואס זענען מבאר אז ער האט געהייסן הבל ווייל ער האט געלעבט ווייניג, און אדם אדער חוה האבן אים געגעבן דעם נאמען מיט רוח הקודש[3]; אדער האט ער אים געגעבן דעם נאמען נאכן שטארבן[4]; און עס איז דא וואס זענען מבאר אז הבל איז א נאמען פון חשיבות וואס איז געקומען ווייל ער האט נישט געארבעט מיטן ערד[5].
וויבאלד די ערד איז באשאלטן געווארן ”בעצבון תאכלנה”[6] נאך וואס אדם האט געגעסן פונעם עץ הדעת, האט ער נישט געוואלט ארבעטן מיט די ערד, און האט געארבעט אלץ א פאסטעכער מיט שאף און רינדער[1], אן ארבעט וואס פאדערט מער חכמה פונעם ערד ארבעט[7].
די קרבן
ווען עס איז געווען ”מקץ ימים”[8] (ביים ענדע פון די טעג)[9] האט ער צוזאמען מיט זיין ברודער קין געברענגט א קרבן פארן באשעפער, קין האט געברענג פלאקס פון זיינע ערד פלאנצונגען, און הבל האט געברענגט די בעסטע פון זיינע שאף, און צו הבל'ס קרבן איז אראפ געקומען א פייער פון הימל, אבער צו קין'ס קרבן איז נישט אראפ א פייער.
קין איז געווארן זייער געטשעפעט, ער האט גערופן הבל אויף א שפאציר אין וואלד און דארט האבן זיי זיך געדינגען[10]. אינמיטן האט קין אויפגעשטאנען און אים פראבירט הרג'ענען, ער האט אים געשטאכן פון אלע זייטן ביז ער האט אים גע'הרג'עט, גא-ט האט דערפאר אנגעשריגן פאר קין ”קול דמי אחיך צועקים אלי מן האדמה”[11], און פארשאלטן אז ער זאל מער קיינמאל נישט זיין רואיג[12].
רעפערענצן
- ↑ 1.0 1.1 מדרש אגדה (באבער) בראשית ד, ב
- ↑ בראשית רבה, פרשה כ"ב, פסקה ב'. אויף אן אנדערן פלאץ (בראשית רבה, פרשה כ"ב, פסקה ד') איז משמע אז הבל איז געבוירן געווארן סוכות (לויט דעם מאן דאמר אז דער וועלט איז באשאפן געווארן תשרי) אדער פסח (לויט דעם מאן דאמר אז דער וועלט איז באשאפן געווארן ניסן). דער פירוש מהרז"ו פרעגט וויאזוי שטימט דאס מיט דעם אויבן-דערמאנטן מדרש וואס זאגט אז קין און הבל זענען געבוירן געווארן אינ'ם טאג וואס אדם און חוה זענען באשאפן געווארן.
- ↑ רלב"ג, ר י"ש ריגייו
- ↑ שד"ל
- ↑ אברבנאל
- ↑ בראשית ג, יז
- ↑ ספורנו, בראשית ד, ב
- ↑ בראשית ד, ג
- ↑ דער אבן עזרא, בראשית ד, ד און דער חזקוני זאגן אז דאס מיינט איין גאנצע יאר. רבינו סעדיה גאון טייטשט: נאך עטליכע טעג. לויט דעם מדרש (בראשית רבה, פרשה כ"ב, פסקה ד') איז דאס געווען נישט מער (לויט אן אנדערע גירסא: נישט ווייניגער [חידושי הרד"ל]) ווי פופציג טעג (לויט אן אנדערע גירסא: ניינציג טעג [סדר הדורות]). לויט אנדערע דיעות האט הבל געלעבט 16 אדער 17 שטונדע (זעהט
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע מדרש תלפיות, ערך הריגת הבל), אדער פערציג יאר (מדרש תנחומא פרשת בראשית פיסקא ט'). אין פרקי דרבי אליעזר, פרק כ"א, שטייט אז דער מעשה האט פאסירט אין יום טוב פסח. - ↑ עס זענען דא אסאך מהלכים וואס זיי האבן זיך געדינגען
- ↑ בראשית ד, י
- ↑ בראשית ד
ספר בראשית | ||
---|---|---|
פרשת בראשית | בריאת העולם • חטא עץ הדעת • רקיע • מים העליונים • בריאת אדם וחוה • אדם און חוה • נחש הקדמוני • קללת האדם והאשה • קין און הבל • שירת למך • בני האלהים | |
פרשת נח | תיבת נח • מבול • שכרות נח • ברית הקשת • תולדות בני נח • מגדל בבל | |
פרשת לך לך | אברהם'ס רייזע צו כנען • אברהם'ס אראפגאנג קיין מצרים • מריבת רועי אברהם ורועי לוט • מלחמת המלכים • מלכי צדק • בריחת הגר ולידת ישמעאל • ברית בין הבתרים • ברית המילה | |
פרשת וירא | בשורת הבן לשרה • מהפכת סדום ועמורה • בנות לוט • ירידת אברהם לגרר • גירוש הגר וישמעאל • ברית אברהם ואבימלך • עקידת יצחק • עשרה נסיונות | |
פרשת חיי שרה | רכישת מערת המכפלה • מציאת אישה ליצחק • אברהם און קטורה • תולדות ישמעאל | |
פרשת תולדות | לידת יעקב ועשו • מכירת הבכורה • ירידת יצחק לגרר • הריב על הבארות • ברית יצחק ואבימלך • ברכות יצחק • בריחת יעקב מעשו | |
פרשת ויצא | יעקב'ס חלום • נישואי יעקב עם רחל ולאה • מסירת הסימנים על ידי רחל • לידת בני יעקב • געשיכטע פון די דודאים • בריחת יעקב מלבן • ברית יעקב ולבן | |
פרשת וישלח | פגישת יעקב ועשו • מאבק יעקב והמלאך • געשיכטע פון שכם און דינה • געשיכטע פון שמעון און לוי • קיום הנדר בבית אל • פטירה און קבורה פון רחל • געשיכטע פון ראובן און בלהה • תולדות עשו • שמונת מלכי אדום | |
פרשת וישב | מכירת יוסף • געשיכטע פון יהודה און תמר • געבורט פון פרץ און זרח • יוסף און אשת פוטיפר • חלומות פון שר המשקים און שר האופים | |
פרשת מקץ | פרעה'ס חלומות • מינוי יוסף למושל מצרים • זיבן זאטע יארן • שבע שנות הרעב במצרים • אראפגאנג פון יוסף'ס ברידער קיין מצרים | |
פרשת ויגש | יוסף'ס אנטפלעקונג צו זיינע ברידער • יעקב'ס אראפגאנג קיין מצרים • יורדי מצרים • מכירת ארץ מצרים לפרעה | |
פרשת ויחי | שבועת יוסף ליעקב • ברכת אפרים ומנשה • המלאך הגואל • ברכת יעקב • מות יעקב וקבורתו | |
צענטראלע פערזאנען | אדם און חוה • קין און הבל • נח • אברהם און שרה • לוט • הגר און ישמעאל • יצחק אבינו און רבקה • עשו • יעקב, רחל און לאה • ראובן • שמעון • לוי • יהודה • תמר • יוסף • אפרים און מנשה |