דרעפט:אריוך

פון המכלול
ווערסיע פון 19:02, 28 אקטאבער 2023 דורך למאי נ"מ (שמועס | ביישטייערונגען) (געשאַפן בלאַט מיט '220px|ממוזער|שמאל|[[אברהם זיגט די פיר קעניגן , מאלעריי פון אנטוניו טמפסטה יארע 1613]] '''אַרְיוֹךְ''', קעניג פון אֶלָּסָר ווערט דעמאנט אין תנ"ך {{תנ"ך|בראשית|יד}} ווי איינער פון די מלחמה פון די פיר קעניגן מיט די פינף|...')
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אברהם זיגט די פיר קעניגן , מאלעריי פון אנטוניו טמפסטה יארע 1613

אַרְיוֹךְ, קעניג פון אֶלָּסָר ווערט דעמאנט אין תנ"ך בראשית יד ווי איינער פון די קאליציע פון די פיר קעניגן וואס איז געגרינדעט געווארן צוזאמען מיט אמרפל קעניג פון שנער, כדרלעמר קעניג פון עילם און תדעל קעניג פון גוים, מיטן ציל צו דערדריקן די אויפשטאנד פון די פינף קעניגן פון כיכר הירדן, וואס האבן געמאכט א בונד צו ווידערשפעניגן אין די קעניגן פון מעסאפאטאמיא.

זיין נאמען און אפשטאם

די מקור פון נאמען אריוך איז א חורישער, און ער ענדלט צו די נעמען וואס ערשיינען אין די פאפירן פון מארי. דאס נאמען איז נישט טרעפליך אין ערשיינט אפאר מאל אין כתב יתדות[1]. די נאמען אריוך ערשיינט אויך אין דניאל און זיין שטעלע איז דער הויפט קעכער פון נבוכדנאצר. פארהאן פארשער וואס אידענטיפיצירן אריוך מיט וארד-סין, ברודער פון רים-סין דער ערשטער, וואס איז אויך באקאנט אלס ארי-אקו (Eri-aku)[2].

לויט רן צדוק איז די מקור פונעם נאמאן אן איראנישער[3].

מאנכע אידענטיפיצירן אֶלָּסָר מיט לרסה, א קעניגרייך וואס האט עקזיסטירט אין די שטאט אנפאנג די 2'טע יארטויזנט בעפ"צ און געפינט זיך אין די דרום טייל פון מעסאפאטאמיא, אנדערע אידענטיפיצירן אלסר מיט אל-נצורה וואס איז נאנט צו חרן[4].

דער רמב"ן אין זיין פירוש אויף בראשית י"ד ערקלערט אז ”אריוך מלך אלסר, זו מדי”, ווידעראום יוסף בן מתיתיהו אין זיין ספר קדמוניות היהודים צייכנט אז אריוך איז געווען איינער פון די מיליטער מיניסטערס פון די אשורים. יוסף בן מתיתיהו שילדערט וויאזוי די פיר מיליטער מיניסטערס האבן גערויבט סיריע און זיי זענען אנגעקומען צום געגנט פון סדום, כדי צו קעמפן מיט די קעניגן פון כיכר הירדן, וואס האבן ווידערגעשפעניגט אין אשור[5].

זעט אויך

צו ליינען מער

  • צבי אדר, ספר בראשית: מבוא לעולם המקראי, תל אביב, ב. צ'יריקובר-מוציא לאור, 1971, ע"מ 47 - 44.

רעפערענצן

  1. פנחס ארצי, עולם התנ"ך: בראשית, תל אביב, דוידזון עתי, 1993, ע"מ 103.
  2. Myths of Babylonia and Assyria - The Golden Age of Babylonia.
  3. רן צדוק, עולם התנ"ך:דניאל, תל אביב, דוידזון עתי, 1997, ע"מ 33.
  4. פנחס ארצי, עולם התנ"ך: בראשית, תל אביב, דוידזון עתי, 1993, ע"מ 104.
  5. יוסף בן מתיתיהו, קדמוניות היהודים, ירושלים, מוסד ביאליק, 2002, ע"מ 19.