רוי:המספיק
המספיק איז געגרינדעט געווארן און עקזיסטירט היינט צו געבן פאר אינוואלידן די געלעגנהייט צו דערגרייכן די מערסטע פונקציעס וואס זענען מעגלעך און די באקוועמסטע מדרגה פון לעבן. די ארבעט פון אנטוויקלען און ווירקלעך דערגרייכן די מאקסימום מעגליכקייטן פון יעדער פערזאן ווערט אויסגעפירט דורך קוואליפיצירטע פראפעסיאנאלן.
"המספיק" איז א זעלבסטשטענדיקע נעץ פון פריוואטע נאן-פראפיט ארגאניזאציעס, אלע מיט די זעלבע מיסיע און ציל, וואס האבן א געמיינזאמע פינאנצירונג און טעכנישע הילף. די נאכפראגע אויף די סערוויסעס פון "המספיק" איז זייער הויך און די ארגאניזאציע זוכט דערפאר צו גרינדן אגענטורן אין וואס מער ארטאדאקסישע קהילות. היינט צו טאגס זענען פאראן "המספיק" אגענטורן אין ניו יארק און אין עטליכע קאונטיס פון האדסאן טאל געגנט. יעדער "המספיק" אגענטור ווערט געפירט זעלבסטשטענדיק, אונטער דער פירונג פון ארטיקע דירעקטארן, וואס זענען בדרך כלל עלטערן און אנערקענטע פערזענליכקייטן וועלכע פארשטייען גוט די באדערפענישן פון אינוואלידן.
קינדער און ערוואקסענע מיט מומים באקומען א ברייטע ליסטע פון סערוויסעס און פראגראמען, סיי אין די אייגענע היימען און סיי אינדרויסן.
דער עקזעקטיוו דירעקטאר פון "המספיק" איז מאיר ווערטהיימער.
המספיק ארגאניזאציע
המספיק פובליקאציע
יעדער חודש ווערט ארויסגעגעבן די צייטונג "המספיק גאזעט" אונטער דער רעדאקציע פון זישא מולער.
אקטועלע נאטיצן
אידישע וואוילטעטיגע ארגאניזאציעס וואס זענען טעטיג מיט חסד צווישן די היינטיגע אידנטום איבער דער גארער וועלט.
אבני חסד • אגודת ישראל • בוני עולם • ביקור חולים ד'סאטמאר • ביקור חולים דראקלענד קאונטי • בת מלך • דור ישרים • דזשוינט • המספיק • וועד הרבנים • חברה הצלה • חוש • חברים • חסד (ארגאניזאציע) • חברה שומרים • יד שרה • כל ישראל חברים • משמחי לב • עי-טיים • עזר לחתנים • עזר לתלמיד • עזר למזון • פוטסטעפס • פחת תקווה • קופת העיר • קרן עזר • קרן חתנים • רב טוב • רפואה וישועה • שערי חמלה • שרשרת • תומכי שבת •
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!