הילף:המכלול - על רגל אחת

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

וואס איז המכלול? וואס איז דער ציל און דער וועג דערצו? און וויאזוי קענט איר זיך איינגלידערן און צוגעבן?

"המכלול"

המכלול צילט צו שאפן אן ענציקלאפעדיע וואס שטעלט צו אינפארמאציע צוגענגליך אויף א היימישע אידיש, אויסגעהאלטן תורה'דיג און אויף א פראפעסיאנעלע ניווא. עס איז געבויט אויף דער זעלבער קאוד ווי וויקיפעדיע, און ארבעט אויף אן אופן אז יעדער קען שרייבן און באארבעטן דעם אינהאלט. דער געדאנק דערפון איז אז יעדער קען שרייבן די ידיעות און נושאים וואס פאראינטערעסירן אים און ער איז אין זיי באהאוונט, און דורכדעם קומט מען אן צו דעקן מער און מער-אקוראטע אינפארמאציע.

המכלול אויף אידיש האט זיך געעפנט אנהייב ווינטער תשפ"ג; צו אנהויבן מיט עפעס האט מען צוערשט אימפארטירט אלע ארטיקלען פון די "יידישע וויקיפעדיע", זיי אויסגערייניגט פון פסול'ע און נארישע תוכן, און עטוואס פארבעסערט און צוגעפאסט. אלע ארטיקלען פון יידישן וויקי זענען באצייכנט מיט א באזונדערע קאליר אונטער א באזונדערע "געביט" - רוי[1], און לינקס וואס פירן צו זיי זענען גרין (אנשטאט בלוי) מיט א העלן הונטערגרונט[2]. דער ציל איז אבער דורכאויס נישט צו אהערשטעלן א געפילטערטע וויקיפעדיע, נאר בעיקר צו שאפן אריגינעלע און רייכע תוכן.

אין די פארגאנגענע חדשים האט מען בעיקר געארבעט צו אוועקשטעלן די אינפראסטרוקטור פונעם זייטל, אבער אין די צייט האט מען שוין אויך געשריבן קרוב צו 300 ארטיקלען, טייל קורצערע, אבער אנדערע גאר רייכע ארטיקלען וואו איר קענט זען א פרעצעדענט און זיי ניצן אלס מוסטער זיך צו צורייבן וויאזוי צו שרייבן ארטיקלען[3].

וואס איר קענט טון

קודם עטליכע וויכטיגע כללים: 1. א וויקי זעט אויס ווי א שטיקל וואלד מיט פילע בלעטער, קאמפליצירטע פראטאקאלן און ביוראקראטישע פראצעדורן, עס איז אבער גרינגער ווי עס זעט אויס. די וויכטיגע ידיעות צו קענען שרייבן זענען אין פאקט גאר גרינג! קוקט אייך אום עטליכע טעג, לאזט זיך עס איינעסן און איר וועט כאפן דעם פארטל. 2. עס איז וויכטיג צו געדענקען אז אלעס קען גאר גרינג ווערן צוריקגעדרייט, און איר מאכט קיינמאל קאליע מיט'ן מאכן א טעות. 3. איר דארפט נישט קענען אלעס. שרייבט אפ אייער ארטיקל אין א דרעפט, (אדער בויט אויף עקזיסטרינדע ארטיקל/דרעפט) צו די בעסטע שטאפל וואס איר קענט. א וויקי בויט זיך צעביסלעך און ווערט אלס בעסער דורך די חברים און באניצער, ביים דרעפט אריבערפירן פראצעדור, און שפעטער[4].

המכלול בויט זיך דורך די באניצער, און ווי מער שרייבער אלס רייכער ווערט עס. אויב קענט אביסל וויקי קאוד, קוקט אייך אום אביסל אויפ'ן זייטל וויאזוי זאכן לויפן דאהי, שאפט א קאנטע און נעמט אייך תיכף צו די ארבעט, און שרייבט אפ ארטיקלען אין סיי וועלכע טעמע עס פאראינטערעסירט אייך[5]. איר קענט באזירן אייער ארבעט אויף אנדערע ענציקלאפדיעס, ווי המכלול אויף העברעאיש, אדער וויקיפעדיע[6].

אויב קענט איר נישט וויקי, אדער צי ווייניג אויף צו קענען אפשרייבן א נייעם ארטיקל געבט א ליין איבער המכלול שטאפל ביי שטאפל, און שפילט ארום אינעם זאמדקאסטן[7]. ווען איר כאפט אביסל דעם נושא, הייבט אן מיט איבערקוקן קאטעגאריע:דרעפטס און בויט אויף ארטיקלען, אדער לייגט צו וויכטיגע אינפארמאציע און הגהות צו עקזיסטירנדע ארטיקלען. הייב ענדערש אן קליין מיט קלענערע רעדאגירונגען איידער'ן אפשרייבן א גאנצער ארטיקל. ס'נעמט אביסל צייט צו כאפן פולשטענדיג די שניט און גאנג.

לאגירונג

א וויכטיגע געצייג אויף א וויקי איז דאס לאגירן און אוועקלייגן יעדע טויש ס סיי ווער מאכט סיי וואו אין המכלול. אלע טוישונגען קענען געזען ווערן לעבעדיג אויף די לעצטע ענדערונגען בלאט. אויך אויף יעדע בלאט איז דא א קנעפל "פריערדיגע ווערסיעס" וואו אלע אויפלאגעס קענען געזען ווערן. עס איז ראטזאם און זייער ניצבאר צו נאכפאלגן טוישונגען און זען וואס ערפארענע באניצער טוען מיט ארטיקלען, איבערהויפט טוישונגען וואס מען האט געמאכט אויף אייערע רעדאגירונגען, וואס דורך דעם וועט איר קענען זען וואו איר קענט זיך פארבעסערן. עס איז דא א ספעציעלע "נאכפאלג ליסטע" וואו איר קענט זען נאר די ענדערונגען וואס זענען אייך נוגע[8].

זעט אויך

הערות

  1. איר וועט זען ביי יענע ארטיקלען אז דער בלאט הייסט רוי:ארטיקל, למשל: רוי:דאנאלד טראמפ. צו זען מער איבער געביטן זעט המכלול:געביט.
  2. זעט מער דערוועגן אין המכלול:רוי געביט.
  3. כאפט א בליק אויף די ארטיקלען אין קאַטעגאָריע:המכלול: אבן הפינה.
  4. דוגמאות: אויב קענט איר נישט גוט די מוסטערן, פרובירט אייער בעסטע און אנדערע וועלן שוין צופאסן און אויפארבעטן. אפילו אין די תוכן אליין, אויב איין טייל פון א סוגיא איז אייך נישט קלאר, אויב איין געוויסע תקופה אין היסטאריע פון א באגריף איז איך נישט באקאנט, שרייבט אלעס און די איבריגע לאזט פאר אנדערע.
  5. אויב האט איר נישט א ספעציפישע געביט פון אינטערעסע, קענט איר קלויבן געדאנקען דא.
  6. זעט איבער געבן קרעדיט דא.
  7. איר דארפט נישט פאקטיש אפהיטן די ענדערונגען, איר קענט דרוקן אויפ'ן "זעט אויסקוק" קנעפל און זען די תוצאות פון אייערע פעולות.
  8. עס איז אבער וויכטיג נישט צו ווערן דערשראקן פון קאמפליצירטע טוישונגען וואס זענען אייך נישט נוגע… אויפהאלטונג אדער מער קאמפליצירטע מוסטער טוישונגען זענען נישט עפעס צו וואס מען דארף בכלל צילן. די וויכטיגסטע טוישונגען וואס געבט די מערסטע צו איז צולייגן אינפארמאציע גוט אראפגעלייגט…

קאַטעגאָריע:המכלול - אלגעמיינע אינפארמאציע