מסכת סוכה

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
סוכה ב,א
דער ערשטער עמוד אין מסכת סוכה

מסכת סֻכָּה איז די זעקסטע מסכתא[1] אין סדר מועד, דער דריטער סדר אין משניות. די מסכתא באהאנדלט די הלכות פון יום טוב סוכות, ווי די מצוה פון סוכה און די ארבעה מינים. די מסכתא איז איינגעטיילט אין פינף פרקים, וואס אין זיי 53 משניות.

די מסכתא האט א גמרא אין תלמוד בבלי, וואס אנטהאלט 55 דפים אין די אנגענומענע צורת הדף, און אין תלמוד ירושלמי.

נאמען און ארט אין סדר מועד

דער רמב"ם ערקלערט[2], אז נאך די הלכות פון שבת, פסח, שקלים און יום כיפור, וואס זייערע מסכתות זענען געפעדערט געווארן יעדע מיט איר טעם, איז געקומען די רייע צו ענדיגן אויסשמועסן די הלכות פון שלש רגלים. לויטן סדר ווי זיי ווערן דערמאנט אין די תורה וואלט שבועות (וואס האט נאר די אלגעמיינע הלכות פון יום טוב, באהאנדלט אין מסכת ביצה) געקומען פריער, אבער צוליב די פילע מצוות פון יום טוב סוכות האט מען געפעדערט מסכת סוכה. אין אגרת רב שרירא גאון שטייט אן אנדער טעם, אז מען האט געשטעלט מסכת סוכה נאך מסכת יומא וויבאלד סוכות קומט זאפארט נאך יום כיפור.

אין די פארשפרייטע אויפלאגעס פון תלמוד בבלי איז געטוישט דער סדר, און מסכת סוכה איז געשטעלט אלס די זיבעטע מסכתא פון סדר מועד, צווישן מסכת יומא און מסכת ביצה. טייל שפעקולירן אז דאס איז צו צופאסן דעם סדר פון די מסכתות צום סדר פון די ימים טובים דורכאויס דעם יאר, אדער פון א טעכנישע געברויך צו איינטיילן די בענדער פון תלמוד בבלי לויטן צאל פון זייערע בלעטער[3].

רבי מנחם המאירי דערמאנט אז מען איז געווען געוואוינט צו לערנען די מסכתות אויף אן אנדערן סדר, לויט וועלכע די מסכתות אויף באזונדערע ימים טובים זענען אויסגעשטעלט לויט זייער צייט אין יאר אנגעהויבן פון ראש השנה, און מסכת סוכה איז אלזא צווישן מסכת יומא און מסכת פסחים[4].

פרקים און אינהאלט

מסכת סוכה פארמאגט פינף פרקים:

  1. סוכה – דער פרק באהאנדלט דאס געבוי פון די סוכה, אריינגערעכנט די הלכות פון סכך. עס ווערט דערביי באטאנט אז אויך ווען די סוכה איז ריכטיג אויפגעשטעלט קען עס זיין פסול, אויב האט מען עס נישט געמאכט מיט די נויטיגע כוונה. דער פרק פארמאגט עלף משניות[5].
  2. ישן תחת המטה – דער פרק באהאנדלט די מצוה פון ישיבת סוכה, עסן און שלאפן אין סוכה. עס ווערט דערביי אויסגעשמועסט ווער עס איז פטור, און פעלער אין וועלכע מען איז נישט יוצא די מצוה אויך וויילנדיג אין א כשר'ע סוכה. דרך אגב ווערן נאך צוגעענדיגט עטליכע הלכות איבער דאס געבוי פון די סוכה: וועלכע סארט ווענט זענען כשר, וויאזוי די סכך קען זיין ארויפגעשטעלט, און אויף וועלכן ארט די סוכה קען ווערן פלאצירט. דער פרק פארמאגט 9 משניות.
  3. לולב הגזול – דער פרק געבט זיך אפ מיט די הלכות פון די ארבעה מינים - לולב, הדס, ערבה און אתרוג: ווען זיי זענען פסול, וויפיל צו נעמען פון יעדן מין, און וויאזוי זיי צו בינדן. דאס ווערט נאכגעפאלגט מיט די הלכות פון די נענועים ביי הלל, וואס צו טון ווען מען האט נישט געהאט די מינים ביי הלל, און דרך אגב עטליכע דינים פון הלל אין אלגעמיין. דערנאך ווערט דערמאנט וויאזוי צו קויפן די מינים אין שמיטה, וועלכע טעג די מצוה גייט אן, און וואס איז ווען עס געפאלט אין שבת. עס פירט אויס מיט דער שיעור פון ווען א קטן דארף אויספירן די מצוה. דער פרק פארמאגט פופצן משניות.
  4. לולב וערבה – דער פרק שליסט די טעמע פון נטילת לולב אין שבת. דערנאך ווערן אויסגעשמועסט די באזונדערע מצוות פון דעם יום טוב וועלכע זענען אנגעגאנגען אין בית המקדש: הקפת מזבח און ניסוך המים. דרך אגב ווערט דערמאנט אין וועלכע טעג עס זענען פארהאן די חיובים פון הלל און שלמי שמחה. דער פרק פארמאגט צען משניות.
  5. החליל – דער פרק שילדערט דעם שמחת בית השואבה. דרך אגב ווערט דערמאנט וויפיל מאל מען האט געבלאזן אין בית המקדש אין פארשידענע טעג דורכאויס דעם יאר. דאס ווערט נאכגעפאלגט מיטן צאל פון די קרבנות פון יום טוב און וויאזוי זיי זענען געווארן אויסגעטיילט צווישן די משמרות, שליסנדיג מיט פארשידענע הלכות פון די משמרות אין אלגעמיין. דער פרק פארמאגט אכט משניות.

תלמוד בבלי

פראמינענטע סוגיות

מפרשים

וויכטיגע מפרשים אויף מסכת סוכה נעמען אריין, צווישן אנדערע:

צו ליינען מער

  • א' וולפיש, הסוכה ומשל העבד: החידה שבפשר, מחקרי ירושלים בספרות עברית כרך כג (תש"ע) עמ' 77–98.

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. לויטן סדר אין משניות, זעט ווייטער
  2. פירוש המשניות, הקדמה
  3. הקדמה למסכת יומא, פון מאורות הדף היומי.
  4. בית הבחירה, אין די פתיחה בעפאר מסכת ברכות און אין אנהייב מסכת סוכה
  5. דער צאל פון משניות אין אלע פרקים לויט ווי געדרוקט אין דפוס ראם, ווילנא תרפ"ט. אין אנדערע דרוקן קען עס זיין אנדערש איינגעטיילט.
  6. יא, א
  7. טו, א
  8. טז, ב
  9. כה, א
  10. כט, ב
  11. ל, א
  12. לא, א
  13. לא, ב
  14. לג, א
  15. לו, ב
  16. לח, ב
  17. לט, א
  18. מ, ב
  19. 19.0 19.1 מב, א
  20. מו, א
  21. מו, ב
  22. נ, א
  23. נו, א


קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען