מודה אני
מוֹדֶה אֲנִי
|
---|
מוֹדֶה אֲנִי לְפָנֶיךָ מֶלֶךְ חַי וְקַיָּם. |
מודה אני איז א קורצע תפילה וואס ווערט זאגט אינדערפרי באלד נאכ'ן זיך ערוועקן פון שלאף, און איז א דאנק צום אויבערשטן פאר'ן צוריקגעבן די נשמה. כאטש עס איז פון א רעלאטיוו שפעטערער מקור, איז מודה אני אנגענומען ביי מערסטנס אידישע געמיינדעס און איז אויך באקאנט פאר גאר אינגע קינדער.
מקור און באדייט
די תפילה שטאמט פון ספר סדר היום פון דער צפת'ער מקובל רבי משה בן מכיר[1], און ווערט געברענגט אין די פוסקים[2].
די תפילה איז באזירט אויף די ווערטער פון חז"ל אויפ'ן פסוק אין איכה: ”חֲדָשִׁים לַבְּקָרִים רַבָּה אֱמוּנָתֶךָ”[3]. חז"ל זאגן אז ווען א מענטש שלאפט געבט ער איבער זיין נשמה אינעם אויבערשטנ'ס האנט און אינדערפרי קערט דאס דער אויבערשטער צוריק, ווען זי איז פריש און אויסגערוט. דער שלאף איז אלזא ווי טויט[4], און יעדן צופרי איז דער מענטש ווי ניי באשאפן. מיט דעם קומט צום אויסדרוק דעם אויבערשטנ'ס מידה פון באגלייבטקייט, אז ער געבט צוריק די פקדון[5]. דער מדרש טייטשט אויך אריין אין פסוק, אז דאס צוריקגעבן די נשמה יעדן אינדערפרי איז א ראיה צום באגלייבטקייט ביי תחיית המתים[6]. אלס דאנק אויף דעם חסד פון צוריקגעבן די נשמה איז איינגעפירט געווארן צו זאגן מודה אני ווען א מענטש ערוועקט זיך[7].
די אינהאלט פונעם תפילה איז ענליך צו די ברכה אלקי נשמה וואס חז"ל האבן מתקן געווען צו זאגן ווען א מענטש ערוועקט זיך פון שלאף[8]. וויבאלד היינט זאגט מען אלקי נשמה שפעטער, צוזאמען מיט די אנדערע ברכות השחר, איז געווארן אנגענומען צו זאגן מודה אני אלס ערזאץ{הערה|רבי מנחם מנדל שניאורסון, קונטרס ענינה של תורת החסידות, סעיף י'.}}. אין תלמוד ירושלמי שטייט אן ענליכן נוסח: "מודה אני לפניך ה' אלקי ואלקי אבותי שהוצאתני מאפילה לאורה"[9], אבער די תפילה אין ירושלמי איז א חלק פון דריי תפילות וועלכע ווערן געזאגט אין דריי צייטן פון טאג.
טראץ איר לעצטיגקייט איז מודה אני פון די באקאנטסטע תפילות, אנגענומען אין רוב תפוצות ישראל, און ווערט געלערנט מיט קינדער פון א יונגע יארגאנג.
נוסח
דער נוסח התפילה וואס איז פארשפרייט אין אלע סידורים איז דער זעלבער ווי עס ערשיינט אין סדר היום[10]: ”מודה אני לפניך, מלך חי וקיים, שהחזרת בי נשמתי בחמלה. רבה אמונתך.” (איך דאנק פאר דיר, לעבעדיגער און עקזיסטירנדער קעניג, אז דו האסט אין מיר צוריקגעקערט מיין נשמה מיט רחמנות. גרויס איז דיין באגלייבטקייט). דער חיד"א ברענגט דעם נוסח ״מלך רחום״ אנשטאט "מלך חי וקיים"[11], און אזוי זאגן די מאראקאנער. א ברייטערע נוסח, געבויט אויף די עשר ספירות פון אונטן ארויף, ווערט געברענגט אין סידור רבי קאפל: "מודה אני לפניך מלך חי וקיים אדיר ונאור המפואר בגבורה וגדולה ולו הבינה והחכמה הכתר והכבוד אשר ברוב חסדו ואמתו החזיר בי נשמתי אשר פקדתי בידו"[12]..
גראמאטיש דארף א פרוי זאגן "מודָה אני" מיט א קמץ[13]. טייל זאגן אז וויבאלד עס איז בלויז לויב ווערטער, אן דערמאנען דעם אויבערשטנ'ס נאמען, קען א פרוי זאגן ווי זי איז געוואוינט[14].
רבי אליעזר זוסיא פון סקולען שרייבט אין א בריוו[מקור פארלאנגט] אז ווען מען זאגט "מודה אני" זאל מען זעהן צו לייגן דעם דריק אויפ'ן נו"ן, און נישט אויפ'ן אל"ף.
צווישן די ווערטער בחמלה און רבה דארף מען זיך אפשטעלן[15], אבער רבה אמונתך זאל מען זאגן אויפאמאל, וויבאלד רבה גייט אויף אראפ, ווי אין פסוק "חדשים לבקרים - רבה אמונתך"[16].
זאגן באלד ביים ערוועקן
די פוסקים שרייבן אז מען מעג זאגן די תפילה נאך איידער'ן זיך וואשן נעגל וואסער, אפילו די הענט זענען נישט ריין, וויבאלד עס האט נישט דעם באשעפער'ס נאמען אדער כינוי[1]. ס'דא וואס האלטן אבער אז מען זאל עס נישט זאגן מיט'ן מויל פאר'ן וואשן, נאר טראכטן, חוץ אויב מען איז געשלאפן מיט הענטשיך וואס דאן זענען די הענט ריין[15].
רבי שניאור זלמן פון לאדי שרייבט אז מען זאגט די תפילה גלייך ביים זיך ערוועקן, כדי צו דערמאנען דעם מענטש וועגן דעם אויבערשטן וואס שטייט איבער אים און מען זאל אויפשטיין געשווינד[17].
עס זענען דא וואס זעען א תועלת אין זאגן די תפילה נאך זיצנדיג אדער ליגנדיג, כדי צו זיך זוימען אביסל און נישט אויפשטיין באלד נאכ'ן זיך ערוועקן[17], א זאך וואס לויט די גמרא[18] שאפט א סכנה[19][20] אבער ביים אויפשטיין פאר עבודת ה', זענען דא וואס האלטן אז ס'איז נישט דא קיין סכנה, ווייל "שומר מצוה לא ידע דבר רע[21]"[22].
ס'זענען דא וואס זענען מקפיד נישט צו רעדן פאר מען זאגט מודה אני[23].
הוספות
רבי אליעזר צבי סאפרין שרייבט מען זאל זאגן פאר מודה אני און נעגל וואסער "ברוך הוא וברוך שמו חי וקיים לעד ולעולמי עולמים"[24].
אין סידור היעב"ץ שטייט, אז פאר מודה אני זאל מען זאגן "ברוך שנתן תורה לעמו ישראל בקדושתו"[15]; דאס שטימט מיט דעם וואס דער של"ה שרייבט אז תיכף ווען א מענטש שטייט אויף זאל ער טראכטן אין גדלות הבורא און מתן תורה, און מיט דעם נוסח איז מען מקיים ביידע.
טייל פירן אויס די נוסח פון מודה אני מיט'ן ווארט "סלה", און געוויסע לייגן נאך צו אז מען זאל זיך וואשן די הענט בעפאר מען זאגט ארויס סלה וויבאלד עס איז גימטריה ווי די שמות הקודש הוי"ה און א-ד-נ-י צוזאמען. עס איז נישט קלאר דער מקור און איר באדייט[25].
אין די אחרונים ווערט געברענגט צו זאגן נאך מודה אני אן אנדערע תפילה וואס שטאמט פון זוהר חדש[26]: "יהי רצון [מלפניך ה' אלקי ואלוקי אבותי], שיהא לבי נכון ומסור בידי, [שלא אשכחך] ולא אכעוס, ולא אכעיסך". אויב זאגט מען דער תפילה מיט די שמות הקדושים דארף מען דאס זאגן מיט ריינע הענט[27].
רבי אלימלך פון ליזענסק שרייבט אין צעטיל קטן, נאך וואס ער ברענגט די מודה אני, אז א מענטש זאל זאגן אפילו אויף זשארגאן, מיט א פרייליך הארץ, "געלויבט איז דער אויבערשטער גאט וואס ער האט מיר געגעבן די מצוה פון די ציצית וואס איך בין ארומגערינגלט מיט זיי, און די מצוה פון זיך וואשן נעגל וואסער אינדערפרי צו אראפנעמען דעם שלעכטן רוח און די שווערע קליפה פון מיינע צוויי הענט"[28].
צו ליינען מער
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע משה חלמיש, ""מודה אני" והסמוכות", חקרי קבלה ותפילה, באר שבע תשע"ב- רבי מנחם מענדל שניאורסאהן, ענינה של תורת החסידות – אין צענטער ווערט מבואר די תפילה מודה אני בדרך פשט, רמז, דרוש, סוד, און חסידות.
דרויסנדע לינקס
- מרדכי ברוצקי, ניגון "מודה אני", ניגוני חב"ד עתיקים 2, תשס"ו (2006)
רעפערענצן
- ↑ 1.0 1.1 סדר היום א
- ↑ מגן אברהם סוף סימן ד' און אליה זוטא סק"ב
- ↑ איכה ג, כג
- ↑ ברכות נז, ב
- ↑ זוהר חדש, פרשת בראשית, דף כ"ג, עמוד ב'; מדרש שוחר טוב תהלים כה; זעט מחזור ויטרי סדר ערבית, קא
- ↑ מדרש רבה, איכה ג, כג (
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:מדרש רבה
פאראמעטער [ אן ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:מדרש רבה) נמצא פרמטר לא בשימוש "אן=".איכה רבה, פרשה ג', פסקה ח') - ↑ קיצור שולחן ערוך, סימן א, סעיף ב, און נאך
- ↑ ברכות ס, ב
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:ירושלמי
פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:ירושלמי) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".תלמוד ירושלמי, מסכת ברכות, פרק ד', הלכה א' (דפוס וילנא: דף כ"ט, עמוד ב') - ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע רבי ישראל חיים פרידמאן, לקוטי מהרי"ח - חלק א - ↑ קשר גודל א, א
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע רבי יעקב קאפל ליפשיץ, סדור קול יעקב - ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע רבי שלמה זלמן אויערבאך, הליכות שלמה, הלכות תפילה, פרק ב' ארחות הלכה, הערה 17 - ↑ שאלות ותשובות שבט הלוי, חלק י' סימן ח'
- ↑ 15.0 15.1 15.2
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע רבי יעקב עמדין, סידור בית יעקב, הנהגת הבוקר סק"א - ↑ רבי אפרים זלמן מרגליות, יד אפרים, אורח חיים, ד'; רבי חיים מרדכי מרגליות, שערי תשובה, א, ה
- ↑ 17.0 17.1 שולחן ערוך הרב, אורח חיים מהדורה תניינא א, א; סידור התניא
- ↑ שבת קכט, ב און
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:בבלי
פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:בבלי) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".גיטין ע, א: "ה' דברים קרובין למיתה יותר מן החיים ... ישן ועמד". - ↑ לחם חמודות פ"ט דברכות אות סט; עטרת זקנים סי' א ס"ק ב; מגן אברהם ס"ק ג
- ↑ מאנכע שטעלן צו אן אנגעבליכע פאסירונג ביי א קאנפערענץ פון ניוראלאגן אין די פאראייניגטע שטאטן ווי א דאקטאר, Linda McMaron פון גרויס בריטאניע, האט געזאגט אז מען זאל ליגן 12 סעקונדן איידער מען שטעלט זיך אויף, און א צווייטער האט אויפגעברענגט אז מודה אני האט 12 ווערטער. זעט: 12 Seconds To A Better You: Beyond Thanksgiving, אויף HuffPost, 2012-11-26 (ענגליש).
- ↑ קהלת ח, ה
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע רבי אפרים העקשער, אדני פז, אלטונא תק"ג. זעט
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע רבי חיים חזקיהו מדיני, שדי חמד - חלק ט, דברי חכמים, סימן פ"ב וואס פרעגט אים אפ. - ↑ הנהגות טובות מרבי שמואל שמעלקא מניקלשבורג, אות א'
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע אור עינים - חלק ב, הקדמת המחבר, כלל ב, לעמבערג תרמ"ו - ↑ זעט:
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע קובץ אור ישראל (מאנסי) - סז, עמוד שע"ט;
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע אברהם יעקב קאפל לויפער, מכתב למשמרת ח, תשס"ז; קובץ בית ועד חכמים ד', עמוד ת"ד; א שמועס אויף פארום אוצר החכמה - ↑ פרשת נח לז ע"א
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע רבי יעקב עמדין, סידור בית יעקב, הנהגת הבוקר סק"א, קשר גודל א, א - ↑ צעטיל קטן אות ט'