תשרי

פון המכלול
ווערסיע פון 13:38, 3 יולי 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (צמא לדעת האט אריבערגעפירט בלאט דרעפט:תשרי צו תשרי אן לאזן א ווייטערפירונג)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
►► תשרי ◄◄
יום טוב / שבתון חג שאיננו שבתון יום זכרון או תענית


תשרי איז דער ערשטער חודש אין דער אידישער יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער זיבעטער חודש ציילנדיג פון ניסן.

חודש תשרי פאלט געווענליך אויס אין פאראלעל מיט די מאנאטן סעפטעמבער-אקטאבער אין גרעגאריאנישן קאלענדאר, אין אנהייב פון הערבסט אין דעם צפון האלבקיילעך און פון פרילינג אין דעם דרום האלבקיילעך (וואו עס איז גלייך צו חודש ניסן אין צפון האלבקיילעך).

אין רוב יארן, פאלט אויס תקופת תשרי אין דעם חודש.

אין דער לוח

אין דער באשטימטער אידישער לוח, איז תשרי אלעמאל א "חודש מלא" פון דרייסיג טעג[1]. דער פאריגער חודש איז אלעמאל א "חודש חסר", מיט 29 טעג, און ראש חודש תשרי וואלט דעריבער געדארפט זיין איין טאג, א' תשרי[1]. מען האלט אבער ראש השנה אויך דעם קומענדיגן טאג, ב' תשרי[2].

חודש תשרי קען זיך אנהייבן אין א מאנטאג, דינסטאג, דאנערשטאג אדער שבת, לויט דעם כלל לא אד"ו ראש[3].

אין די צייטן וואס מען האט באשטימט די חדשים על פי הראייה, פלעגן די שליחים פון בית דין ארויספארן צו די ווייטע פלעצער מודיע צו זיין ווען מען האט באשטימט ראש חודש, צוליב די ימים טובים וועלכע פאלן אויס אין דעם חודש[4].

נאמען

אידן דאווענען אין יום טוב סוכות מיט די ארבעה מינים

אין אנהייב זענען די חדשים אין אידישן קאלענדאר גערופן געווארן לויט זייער צאל, אנגעהויבן פון ניסן; דער חודש האט אלזא געהייסן "החודש השביעי"[5]. אין מדרש ווערט דער נאמען אויך געטייטשט פון לשון משׂוּבע, ווייל עס איז אנגעזעטיגט מיט מצוות און מיט פרוכט און תבואה[6]; אדער פון לשון שבועה, ווייל אין דעם חודש האט השי"ת געשוואוירן צו געדענקען דעם זכות פון עקידת יצחק[7].

דער חודש ווערט אויך גערופן אין פסוק "ירח האיתנים"[8]. דער נאמען טרעפט מען אויך אין כנענ'ישע אויפשריפטן, און עס צייגט אויף די טייכן וועלכע רינען איבער אין די צייט[9], אדער ווייל דאן זאמלט מען איין דאס שפייז וואס שטארקט דעם מענטש[10]. חז"ל דרש'ענען דעם נאמען אויף די שטארקע אבות וועלכע זענען געבוירן אין דעם חודש, אדער ווייל דער חודש איז שטארק מיט מצוות[11]. טייל מפרשים ערקלערן אז דאס איז ווייל אין דעם חודש זענען די שטערקסטע ימים טובים וועלכע ברענגען א מענטש די נענטסטע צום שלימות[12].

דער רעלעוואנטער מאנאט איז גערופן געווארן "תשרי" אין בבל און אין מעסאפאטאמיע בכלל, פון אכד'יש tašrītu: אנהייב[13]. אין די תקופה פון גלות בבל און שיבת ציון איז דער נאמען אריינגעקומען אויך אין אידישע באנוץ, ווי די נעמען פון אלע חדשים[14], אבער עס ווערט נישט דערמאנט אין תנ"ך[15]. דער נאמען איז אויך געווארן אויסגעטייטשט אלס רמז צו א געבעט פון פארגעבן ("תשרי ותשבוק"), וואס מען בעט פון השי"ת אין די ימים נוראים[16], און פון לשון השראת השכינה, וואס איז געקומען ביי אידן ווען מען האט זיי אין דעם חודש מוחל געווען דעם חטא העגל[17].

די פאלאשן רופן דעם חודש 'תשרתו'.

די מאנאטן אקטאבער און נאוועמבער ווערן גערופן, אין טייל מיטל מזרח לענדער, "ערשטע תישרין" און "צווייטע תישרין".

סימבאלן און אייגנשאפטן

דער מזל מאזנים פון חודש תשרי, א טייל פון דעם מאזאאיק אין דער אלטער בית הכנסת אין ציפורי

דער מזל פון דעם חודש איז מזל מאזנים[18], צוליב א שטערן גרופע וואס האט אמאל געדינט אלס הינטערגרונט צו די זון אין דעם חודש[א]. אין די ים המלח מגילות פון דער כת פון קומראן איז מזל עקרב דער מזל פון חודש תשרי.

לויט דער זוהר, איז חודש תשרי קעגן שבט יוסף[20]. לויט אנדערע, איז עס קעגן שבט אפרים[21], אדער קעגן שבט דן[22], אדער קעגן שבט מנשה[23], אדער קעגן שבט בנימין[24], אדער קעגן שבט ראובן[25], אדער קעגן שבט יששכר[26].

חודש תשרי איז קעגן דעם אות ל[18].

דער צירוף פון שם הוי"ה אין דעם חודש איז והי"ה[27], וואס גייט ארויס פון פסוק ”וַיִּרְאוּ אֹתָהּ שָׂרֵי פַרְעֹה[28].

דער ערשטער האלב חודש ענדיגט די צייט פון "חום", און דער צווייטער האלב חודש הייבט אן די צייט פון "זרע", וועלכע ווערן דערמאנט אין פסוק[29] ”זֶרַע וְקָצִיר וְקֹר וָחֹם וְקַיִץ וָחֹרֶף וְיוֹם וָלַיְלָה לֹא יִשְׁבֹּתוּ”[30].

דינים און מנהגים

בית דין טוט נישט רופן צו דין תורה אין חודש תשרי, וויבאלד דער בעל דין איז פארנומען מיט די ימים טובים פון חודש[31]. טייל זענען געווארנט נישט צו שווערן אין דעם חודש[32].

מען פירט זיך נישט צו בענטשן דעם חודש בעפאר תשרי[33]. טייל זאגן נאך אין נאמען פון דער בעל שם טוב, אז חודש תשרי בענטשט השי"ת, און דאס געבט דעם כח פאר אידן צו בענטשן די איבריגע חדשים[34].

עס איז פארהאן א מנהג נישט צו זאגן תחנון אין גאנץ חודש תשרי חוץ פון די עשרת ימי תשובה, ווייל זיי זענען טעג פון שמחה און אנגעזעטיגט מיט מצוות[35]. טייל נעמען אן אז מען קען פראווען א חתונה אויך אין סוף חודש תשרי, אנדערש ווי אנדערע חדשים[36].

מועדים וזמנים

תשרי איז דער חודש מיט די מערסטע ימים טובים, און טייל רופן עס דעריבער אן "חודש החגים". די טעג פון יום טוב, חול המועד, שבת און תעניתים באטרעפן ארום די זעלבע ווי די געווענליכע וואכן טעג[ב].

נאטיצן

  1. די נעמען פון די מזלות וואס ווערן דא דערמאנט, זענען געבארגטע טערמינען פאר פאזיציעס פון דער זון איבערן עקליפטיק (עב'), אבער די עצם שטערן גרופעס נאך וועמען זיי הייסן זענען שוין פון לאנג אפגערוקט[19].
  2. אין ארץ ישראל איז עס פערצן באזונדערע טעג אין רוב יארן (ארום 60.5%) און פופצן אין די אנדערע יארן (כ-39.5%); אין חוץ לארץ איז עס פופצן און זעכצן.

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ח', הלכות ד'–ה'
  2. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תר"א, סעיף ב'
  3. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תכ"ח, סעיף ב'
  4. ראש השנה יח, א
  5. ויקרא טז, כט
  6. ויקרא רבה, פרשה כ"ט, פסקה ח'
  7. ויקרא רבה, פרשה כ"ט, פסקה ט'
  8. מלכים א' ח, ב
  9. יהושע שטיינבערג, משפט האורים, ערך איתן
  10. רד"ק, מלכים א' ח, ב
  11. ראש השנה יא, א
  12. רלב"ג, רבי יצחק אברבאל און מצודות דוד, מלכים א' ח, ב
  13. W. Muss-Arnolt, "The Names of the Assyro-Babylonian Months and Their Regents", Journal of Biblical Literature 11, 1892, עמ' 72–94 doi: 10.2307/3259081
  14. תלמוד ירושלמי, מסכת ראש השנה, פרק א', הלכה ב'
  15. סידור התפילה לרוקח, מהדורת הערשלער עמ' תרנ"א, וועלכער ערקלערט אז דעריבער הייסט דער חודש "בכסה" (תהלים פא, ד).
  16. ויקרא רבה, פרשה כ"ט, פסקה ח'; ילקוט שמעוני, שמות, רמז תרמ"ה; מדרש שמות החדשים, געדרוקט אין ספר תורה שלמה, כרך י-יא עמ' קע"ז
  17. צרור המור פרשת ויחי, ד"ה בנימן
  18. 18.0 18.1 ספר יצירה פרק ה' משנה י"ג
  19. משנה תורה לרמב"ם, הלכות יסודי התורה, פרק ג', הלכה ז'
  20. ספר הזוהר, חלק א, דף קע"ג, עמוד א'. אזוי שטייט אויך אין מגלה עמוקות, פרשת בא דרוש ד'.
  21. ילקוט שמעוני, שמות, רמז תי"ח;
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    רבי יוסף ג’יקטיליה, שערי אורה, סוף שער ה'; מאמר כליל תכלת להאר"י, סוף ספר יצירה; פירוש הגר"א, סוף ספר יצירה; פרי צדיק, מאמרי ראש חודש אייר; ויקח משה, נאך פרשת ויחי
  22. רבי פינחס ברבי יעקב הכהן, קידוש ירחים לחודש תשרי; סידור בית יעקב להיעב"ץ, שער העין

  23. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    רבי אברהם בן עזריאל, ערוגת הבושם, חלק א' עמוד 289
  24. פירוש הראב"ד לספר יצירה
  25. יערות דבש חלק א', סוף דרוש ב'
  26. רסיסי לילה אות ל"ט
  27. אר"י, פרי עץ חיים, שער י"ט פרק ג'. זעט אויך: רבי חיים אלעזר שפירא, דברי תורה חמישאה אות י'.
  28. בראשית יב, טוִ
  29. בראשית ח, כב
  30. בבא מציעא קו, ב
  31. שולחן ערוך, חושן משפט, סימן ה', סעיף ב'
  32. שאלות ותשובות חתם סופר, חושן משפט סימן ע"ז
  33. מגן אברהם, אורח חיים, סימן תי"ז, סעיף ב'
  34. שערי המועדים, שבת מברכים תשרי, עמוד כ"א
  35. תשובות הגאונים שערי תשובה, סימן של"ז; שיירי כנסת הגדולה, אורח חיים סי' קל"א הגהות בית יוסף אות י"ב
  36. ערוך השלחן, אבן העזר סימן ס"ד סעיף י"ג; שאלות ותשובות משנה שכיר, אבן העזר סימן ב'


קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען