רבי חנינא איש אונו

פון המכלול
ווערסיע פון 20:00, 24 מאי 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (געשאַפן בלאַט מיט ''''רבי חנינא''' (אויך: '''חנניה''') '''איש אונו''' איז געווען א תנא אין דריטן דור (דער ערשטער דור נאכ'ן חורבן{{הערה|פירוש המשניות להרמב"ם, הקדמה, הפרק הרביעי}}), ו...')
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי חנינא (אויך: חנניה) איש אונו איז געווען א תנא אין דריטן דור (דער ערשטער דור נאכ'ן חורבן[1]), וועלכער איז געקומען פון שטאט אונו נעבן לוד.

אין משניות ווערט דערמאנט איין הלכה וואס ער האט איבערגעגעבן: ”וזו הלכה העלה רבי חנינא איש אונו מבית האסורין[א]: מקובל אני באומר לשלשה תנו גט לאשתי, שיאמרו לאחרים ויכתבו, מפני שעשאן בית דין” (משנה, גיטין ו, ז).

ער ווערט דערמאנט נאך איין מאל אין תוספתא, וואו ער האט עדות געזאגט פאר רבן גמליאל אין יבנה אז לכתחילה איז מען נישט מעבר דעם יאר נאר אין חלק יהודה אין ארץ ישראל, אבער אויב האט מען מעבר געווען אין גליל איז עס אויך מעובר[2].

דרויסנדע לינקס

נאטיצן

  1. רש"י ערקלערט אז ער האט געהערט די הלכה פון רבי עקיבא, ווען רבי עקיבא איז געזעסן אין תפיסה.

רעפערענצן


קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען