שמועס:שלשלת הקבלה
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
ביטע איבערקוקן
אקטיווע מכלולאים, ביטע קוקט איבער און קומט אריין מיט אייערע תיקונים והערות. א דאנק! — צמא לדעת • שמועס • כ"ד אייר ה'תשפ"ג 00:39, 15 מאי 2023 (IDT)
- איך ווייס נישט וויפל עס איז דא נוגע, אבער די שלשלת האט א המשך. אין ספר שלשלת הקבלה שרייבט ער ביי אלע גאונים ווער האט מקבל געווען פון וועם ווען (אאל"ט), און דער רוקח געבט א דעטאלירטע ליסטע פון מקבלים פון ע:רבי אבו אהרן בן שמואל הנשיא ביז איהם, און לעצטענס איז געדרוקט געווארן אין בית אהרן וישראל פון א כתב יד פון דער רוקח א ליסטע פון שמעון הפקילי ביזן רוקח. ויש עוד, דער חיד"א ברענגט פון רבי יצחק נזיר ביזן רמב"ן, און עס זענען דא ענדליכס אין ספרי מקובלים. שווערמער (שמועס) 04:27, 16 מאי 2023 (IDT)
- לכאורה נישט גענוג נוגע אויסצושמועסן באריכות, ווייל אויב יא וועט מען דארפן אויסשמועסן אויך אין די פריערדיגע דורות די פארשידענע קבלות וועלכע זענען געלאפן אין פאראלעל, ווי צב"ש פון ספר תגין (יהושע צו עלי, צו שמואל, צו פלטי בן ליש, צו אחיתופל...), וכהנה רבות. דער אלגעמיינער טערמין "שלשלת הקבלה" באציט זיך צו די "ראשי הקבלה" וועלכע האבן איבערגעגעבן די מסורת פון תושבע"פ פון דור צו דור, און איז נישט עכט נוגע נאך וואס דער גאנצער תושבע"פ וואס איז מחייב אלעמען איז שוין געווען באקאנט און באשטימט.
עס איז אבער יא אינטערעסאנט צו בארירן די אנדערע שלשלאות אין אלגעמיין, אין א באזונדערע אפטיילונג. האפנטליך וועט מען אנקומען דערצו בקרוב, און א דאנק פארן אנמערקן! — צמא לדעת • שמועס • כ"ה אייר ה'תשפ"ג 10:45, 16 מאי 2023 (IDT)