רבי מרדכי דוב טווערסקי

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
הארנסטייפלער רבי
רבי מרדכי דוב טווערסקי
ספר "רבינו הקדוש מהארנסטייפל" (cropped).jpg
געבורט כ"ט כסלו ה'ת"ר
הארנסטייפל, אוקראינע
פטירה כ"ב אלול ה'תרס"ג (אלט: 63)
וואוין אָרט טשערקאס, הארנסטייפל
רבי'ס זיין זיידע רבי יעקב ישראל טווערסקי
ספרים עמק שאלה, עמק החכמה, פלא יועץ, חיבור לטהרה, תורי זהב
ווייב רייצא בת רבי חיים האלבערשטאם
ערשטער אדמו"ר פון הארנסטייפל
ה'תרכ"גכ"ב אלול ה'תרס"ג

רבי מרדכי דוב טווערסקי (כ"ט כסלו ה'ת"רכ"ב אלול ה'תרס"ג), איז געווען דער רב פון הארנסטייפל, און גרינדער פון הארנסטייפלער הויף.

אפשטאם

רבי מרדכי דוב איז געבוירן אין הארנסטייפל צו רבי משולם זוסיא אויערבאך, רב אין טאלמיטש, (א זון פון רבי מיכל'ע קירימער, א זון פון רבי הערש מענדל פון האניפאלי, א זון פון רבי משולם זושא פון האניפאלי), און צו מרת שטערנא פייגא, א טאכטער פון רבי יעקב ישראל טווערסקי פון טשערקאס. רבי מרדכי דוב האט געהייסען נאך די צוויי זיידעס רבי מרדכי פון טשערנאביל און רבי דובער פון ליובאוויטש. ביי די זעקס (אדער ניין) יאר איז ער פאר'יתומ'ט געווארן פון זיין מוטער; ער איז אויפגעצויגן געווארן ביי איר פאטער דער טשערקאסער, און ער האט דעריבער געטוישט זיין פאמיליע נאמען פון אויערבאך אויף טווערסקי.

ביי די דרייצן יאר האט אים דער צאנזער רב, רבי חיים האלבערשטאם, גענומען אלס חתן פאר זיין טאכטער רייצא, איידער ער האט אים אמאל געזען. וויבאלד רבי מרדכי דוב האט, ווי אלע טשערנאבילער אייניקלעך, נישט געהאט קיין ערלויבעניש ארויסצופארן פון דער רוסישע אימפעריע, איז די חתונה פארגעקומען אין הוסיאטין, וואס האט זיך געפונען אויף דעם גרעניץ צווישען רוסלאנד און גאליציע (אין דער עסטרייכער אימפעריע).

רבי מרדכי דוב איז געווען א בארימטער תלמיד חכם און ער האט זיך געשריבן מיט פארשידענע גדולים אין זיין דור. ער פלעגט זיך פירן צו מסיים זיין גאנץ ש"ס אום שמחת תורה יעדעס יאר[1].

רבנות

אין יאר ה'תרכ"ג איז ער געשטעלט געווארן אלס רב און רבי פון הארנסטייפל אויפ'ן באפעל פון זיין זיידן, וועלכער האט זיך געצויגן פון הארנסטייפל קיין טשערקאס דריי יאר פריער. ער האט אויך געפירט צענדליגע שטעטלעך אין אומגעגנט, וועלכע זענען געווען פאררעכנט די גלילות פון הארנסטייפל. נאך וואס זיין זיידע איז נפטר געווארן, אין י"ג אלול ה'תרל"ו (1876), איז זיין חסיד'ישער הויף פארברייטערט געווארן ווען אסאך טשערקאסער חסידים זענען אריבער צו אים, און ער איז געווען פון די גרעסטע רבי'ס אין אוקראינע. ער האט געפירט די רבי'סטעווע 40 יאר, דורכאויס וועלכע ער האט זיך אסאך געשריבן מיט די אדמו"רים אין זיין דור.

רבי מרדכי דוב איז נפטר געווארן אום כ"ב אלול ה'תרס"ג. זיין רביצין מרת רייצא איז נפטר געווארן כ"ה תמוז ה'תרע"ח.

קינדער

זיינע ספרים


  • פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    עמק שאלה, שו"ת.

  • פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    עמק החכמה, ביאורים על התורה בדרך פלפול.
  • פלא יועץ, דרושים בדרך החסידות על התורה און מועדים.

  • פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    חיבר לטהרה, אויף הלכות נטילת ידיים און הלכות מקוואות.

  • פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    תורי זהב, אויף הלכות ריבית.
  • א ספר בכתב יד אויף שמות גיטין, פארברענט געווארן אין א שריפה אין יאר ה'תרמ"ב.
  • נאך א כתב יד, כד הזהב, אויף ענייני קבלה, איז פארניכטעט געווארן אין די פאגראמען פון תרע"ח-תר"פ (1918–1920).

זעט אויך

צו ליינען מער

  • אהרן סורסקי, מרביצי תורה מעולם החסידות, חלק ב, בני ברק, תשמ"ז, עמ' כא-סא.
  • בצל הקודש, מכון "נר שלמה" הארנסטייפל" תמוז תש"ס.
  • הרב צבי בריננער, רבינו הקדוש מראצפערט, מכון "זכרון משה", בני ברק תשס"ח, עמ' לו-מא, שלה-שמה.
  • הרב צבי בריננער, רבינו הקדוש מהארנסטייפל, מכון "זכרון משה", בני ברק, שבט תשע"ז.

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. שפע חיים, ירח האיתנים חלק שני, עמוד רפ"ג