רוי:רבי יעקב ישראל טווערסקי

פון המכלול
ווערסיע פון 10:31, 5 מאי 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "רבי '''[[" ב־"'''[[רבי ")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי יעקב ישראל טווערסקי זצ"ל (ה'תקנ"ד - י"ג אלול ה'תרל"ו), מגיד פון טשערקאס.

אפשטאם

רבי יעקב ישראל איז געבוירן אין יאר ה'תקנ"ד, צו זיין פאטער הרב מרדכי טווערסקי דער טשערנאבילער מגיד, א זון פון הרב מנחם נחום טווערסקי פון טשערנאביל, דער מאור עיניים, א זון פון הרב צבי, א זון פון רבי נחום גאון, באקאנט אלס רבי אדם בעל שם. און צו זיין מוטער מרת שרה, א טאכטער פון רבי אהרן הגדול פון קארלין.

רבנות

אין יאר ה'תקצ"ד איז רבי יעקב ישראל אויפגענומען געווארן אלס מגיד אין הארניסטייפל, און אנגעהויבן פראווען רביסטעווע, אין יאר ה'תר"ך איז אריבער קיין טשערקאס.

הסתלקות

רבי יעקב ישראל איז נפטר געווארן י"ג אלול ה'תרל"ו, און ער ליגט אין טשערקאס.

זיין פאמיליע

ו' שבט ה'תקע"א האט רבי יעקב ישראל געהייראט אין לאדי מרת דבורה לאה ( - א' סיון ה'תרל"ו), א טאכטער פון הרב דובער פון ליובאוויטש. זייערע קינדער:

  • מרת אדל
  • מרת חישא ברכה

זיינע ספרים

  • עמק תפלה

זעט אויך

רעפערענצען

  • מאורי אור
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • ספר היחס מטשרנוביל, אהרן דוד טווערסקי

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!