רבי יעקב קאפיל חסיד
רבי יעקב קאָפל חסיד (? - ט"ו אלול ה'תקמ"ז) איז געווען א תלמיד פון בעל שם טוב, דער טאטע פון דער אהבת שלום וואס פון אים שטאמען די קאסובע און וויזשניצע חסידות'ן. מען פלעגט אים רופן "דער שויתי'ניק".
ביאגראפיע
געבוירן צו רבי נחמיה פייוול, א זון פון רבי יעקב קאפל קאמיאל פון קאלאמייע וועלכער איז געווען א שוואגער מיט'ן תוספות יום טוב.
רבי יעקב קאפל האט געהייראט חיה, א טאכטער פון זיין פעטער רבי זלמן.
ער איז נישט געווען קיין רב, נאר געווען באקאנט אלס א צדיק. צו זיין פרנסה האט ער געהאט א קליין געשעפט, און ער פלעגט פארן צום מארק[1]. מענטשען פלעגן אים רופן "דער שויתי'ניק" וויבאלד ער האט כסדר געזאגט צו זיך דעם פסוק ”שויתי ה' לנגדי תמיד” (
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך
פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".תהלים טז, ח), אויך ביים האנדלן[2]. ער איז געווען א נסתר, ביז דער בעל שם טוב האט אים מגלה געווען און אים מקרב געווען צו זיין נייע דרך החסידות, און ער איז געווארן פון זיינע תלמידים.
עס איז מקובל ביי וויזשניצע חסידים אז ער איז געווען בעל תפילה ביים בעל שם טוב[3].
זיין פרוי איז נפטר געווארן י"ג אייר, ה'תקל"ה אין קאלאמייע. אין זיינע לעצטע יארן האט רבי יעקב קאפל געוואוינט אין טיסמעניץ. ער איז נפטר געווארן ט"ו אלול, ה'תקמ"ז, און באגראבן געווארן אין טיסמעניץ.
טייל פון זיינע תורות ווערן אראפגעברענגט אין ספר פון זיין זון, "אהבת שלום".
קינדער
- רבי יצחק, פון קאלאמייע.
- בלומא, פרוי פון רבי צבי הירש, און בזיווג שני האט זי חתונה געהאט מיט רבי אורי פון סטרעליסק.
- זיין זון, רבי מנחם מענדיל האגער, איז געווארן רב און רבי אין קאסוב און אוועקגעשטעלט די קאסובע און וויזשניצע שושלת.
דרויסנדע לינקס
- דוד הלחמי, "רבי יעקב קופל חסיד מקולומיי", חכמי ישראל, תל אביב תשי"ח, חלק א', עמ' קס"ו, אויף אוצר החכמה (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן)
רעפערענצן
- ↑ חיים כהנא, ראשון, אבן שתיה החדש ראשון, ירושלים: מעיין החסידות, ה'תשנ"ד, מערכה ראשונה, עמ' כ"ג
- ↑ חיים כהנא, ראשון, אבן שתיה החדש ראשון, ירושלים: מעיין החסידות, ה'תשנ"ד, מערכה ראשונה, עמ' כ"ז-כ"ח; רבי מרדכי חיים סלאנים, כתבי הרמ"ח, ערך קוסוב ויזניץ; רבי יאשע שו"ב, כתבי ר"י שו"ב, עמוד כ"ב
- ↑ נתן אליהו רוט, כתר מלכות, בני ברק, תשנ"ו, פרק א'