תורה אור און לקוטי תורה
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:ספר
פאראמעטער [ תאריך מהדורה ראשונה, ויקיטקסט ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
שער בלאט | |
אלגעמיינע אינפארמאציע | |
---|---|
דורך | רבי שניאור זלמן פון לאדי דער בעל התניא |
שפת המקור | לשון הקודש |
תורגם לשפות | אנגלית (חלקית) |
סוגה | ספרות תורנית - חסידות |
הוצאה | |
הוצאה | קה"ת |
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:ספר
ליידיגע פאראמעטער [ תאריך מהדורה ראשונה, ויקיטקסט ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
שער בלאט | |
אלגעמיינע אינפארמאציע | |
---|---|
דורך | רבי שניאור זלמן פון לאדי דער בעל התניא |
שפת המקור | לשון הקודש |
תורגם לשפות | אנגלית (חלקית) |
סוגה | ספרות תורנית - חסידות |
הוצאה | |
הוצאה | קה"ת |
תורה אור און לקוטי תורה זענען ספרים מיט חסידישע מאמרים, וואס רבי שניאור זלמן פון לאדי דער בעל התניא - דער מייסד פון חסידות חב"ד, האט גערעדט. מסודר לויט פרשיות, ימים טובים, מגילת אסתר, שיר השירים,געדרוקט האט דאס דער אייניקל און דריטער רבי אין חב"ד - דער צמח צדק, און עס צוטיילט אין צווי חלקים - אויף בראשית שמות האט ער גערופן תורה אור אויף ויקרא במדבר דברים האט ער גערופן לקוטי תורה, עס איז פון די ספרי יסוד אין חב"ד און אינעם וועלד.
דרוקעריי און נאמען
די נאמען פון די ספר - ("תורה אור") איז מרמז אויף די נאמען פון דער מחבר ר' שניאור זלמן. אזוי דער צמח צדק וואס האט געמאכט דעם ספר, איז מרמז אין זיין בריוו וואס רעדט פונעם ספר, (עס איז געדרוקט ביי די הוספות צום ספר).
די ערשטע חלק - (תורה אור) איז געדרוקט געווארן צום ערשטן מאל [1] אין יאר תקצ"ז (1837 למנינם). די צוויטע חלק פונעם ספר האט געדארפט ארויסגיין נאך אין יענעם יאר, האבער צוליב א הלשנה וואס האט גורם געווען אז מען זאל פארמאכן אלע דרוקערייען אין רוסלאנד, האט מען דאס געדרוקט ערשט אין יאר [1] תר"ח (1848 למנינם) מיטן נאמען "לקוטי תורה". [מן הסתם האט מען פארביטן דעם נאמען כדי די ממשלה זאל נישט וויסן אז עס איז א המשך פון תורה אור].
- ↑ 1.0 1.1 היום יום ג' שבט, הוצאת ספרים קה"ת. תש"ג