רבי חיים ברים

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי חיים ברים
זיין קבר אויפן הר הזיתים

רבי אברהם חיים ברים (תרפ"בכ"ו אדר תשס"ב) איז געווען א ירושלימ'ער, באיאנער חסיד, א תלמיד פונעם חזון איש און געדינט אלס ראש ישיבה אין עטליכע ישיבות.

ביאגראפיע

געבוירן אין אלטשטאט ירושלים צו רבי מרדכי דוד ברים, א באיאנער חסיד[1]. אין זיין יוגנט האט ער געלערנט אין תלמוד תורה און ישיבה עץ חיים, וואו ער איז באקאנט געווארן אלס עילוי און געווען נאנט מיטן ראש ישיבה, רבי איסר זלמן מעלצער, וועלכער האט אים שטארק געשעצט. אלס בחור, פלעגט ער אין שבת לערנען בחברותא מיט רבי שלמה זלמן אויערבאך, דאן א יונגערמאן, וועלכער איז שפעטער געווען איינער פון די פוסקי הדור.

ער האט חתונה געהאט מיט רוחמה הינדל, טאכטער פון רבי ישראל טויסיג, און נאך זיין חתונה, האט ער געלערנט אינעם באיאנער כולל אין ירושלים, אינאיינעם מיט רבי משה חיים שמערלער, רבי חיים שלמה ראבינאוויטש און נאך.

מיטן חזון איש

אין יענע יארן, האט אים א חבר, רבי אברהם יעקב וויינער, א תלמיד פונעם חזון איש, פארבונדן מיט זיין רבי'ן און רבי חיים איז געווארן פון זיינע נאנטסטע תלמידים. זיי, אינאיינעם מיט נאך עטליכע חברים, ירושלימ'ער תלמידים פונעם חזון איש, רבי חיים שאול גריינימאן - א פלומעניק פונעם חזון איש, רבי יהודה שפירא און רבי משה יהושע לאנדא, פלעגן וועכנטליך פארן קיין בני ברק צו רעדן אין לערנען מיט אים. ער האט געקענט פון אויסנווייניג אלע שריפטן פונעם חזון איש און באזירט זיינע לימודים אויף די חידושים פון דעם רבי'ן זיינער. נאכמער, נאכן צוגעבונדן ווערן צום חזון איש, האט ער גונז געווען אלעס וואס ער האט פריער געשריבן לויטן ישיבה'שן דרך הלימוד. אין עטליכע געלעגנהייטן האט ער געדינט אלס שליח פונעם חזון איש צום בריסקער רב, רבי יצחק זאב הלוי סאלאווייטשיק.

אין יענער תקופה איז רבי חיים געווען פון די אנפירער פון א "חבורה" אין ישיבת מיר, געאייגנט פאר תלמידים פונעם חזון איש. צווישן אנדערן, האבן אין דער חבורה געלערנט רבי משה יהושע לאנדא און רבי מענדל אטיק - פון די אנפירער פון דער חבורה, רבי יהושע העשיל ברים, רבי אברהם יעקב וויינער, רבי זונדל קרויזער, רבי מאיר בראנדסדארפער און רבי דוב מאיר קרויזער.

אלס מרביץ תורה

זיין ערשטער תורה'דיגער פאזיציע האט אים דער חזון איש אנגעטראגן, צו דינען אלס שואל ומשיב אין דער סלאבאדקער ישיבה אין בני ברק; דארט איז ער אויך נאנט געווארן מיט רבי יחזקאל אבראמסקי. שפעטער, האט ער געדינט אלס מגיד שיעור אין ישיבת רוזי'ן אין בני ברק, דערנאך אלס ראש ישיבה אין ישיבת אוהל יעקב בני ברק, אין ישיבת לפלגות ראובן ירושלים און אין ישיבת פורת יוסף ירושלים.

נאך דער זעקס טעג מלחמה אין יאר תשכ"ז, איז ער ארומגעפארן צו פארשידענע יישובים איבערן לאנד אוועקצושטעלן דארט שיעורי תורה, אינאיינעם מיט רבי מנחם מענדל מענדלזאן (שפעטער, דער קוממיות'ער רב) און רבי מרדכי דוד לודמיר, א פראיעקט וואס האט זיך שפעטער אנטוויקלט צו א נעץ פון שיעורי תורה, אונטערן נאמען "תורה ויהדות לעם".

אין יאר[אויסקלארונג פארלאנגט] איז ער גערופן געווארן צו דינען אלס ראש ישיבה אין דער סקווירער ישיבה אין שיכון סקווירא, ביזן יאר תשל"ח, ווען ער האט מוותר געווען אויף זיין פאזיציע פאר זיין נאנטן חבר, רבי בערל קרויזער, און איבערגענומען רבי בערל'ס אמט אלס פרעשבורגער ראש ישיבה אין ירושלים[2]. שפעטער, האט ער געגרינדעט די ישיבת משכן יוסף אין ירושלים און געדינט דארט אלס ראש ישיבה.

אין צוגאב צו זיין גרויסקייט אין תורה און אין חסידות, איז ער אויך געווען שטארק באקאנט מיט זיינע אויסנאמע מידות טובות[3], און אויך פלעגט ער זייער אסאך פאַסטן. פאר לאנגע יארן האט ער געדינט אלס בעל תפילה אין די ימים נוראים אין שיכון סקווירא. אין דער חסידישער וועלט איז אויך באקאנט א ניגון וואס ער פלעגט זינגען אין באיאן, וועלכער ווערט גערופן "רבי חיים ברימ'ס ניגון"[4].

ער איז נפטר געווארן מוצאי שבת, כ"ו אדר תשס"ב, און באערדיגט געווארן אויפן הר הזיתים.

זיינע ספרים

  • מרבה חיים - שיחות: צוועלף שמועסן איבער תורה און עבודת ה', רבי ישראל ברים (ארויסגעבער)[5], ירושלים, תשס"ו
  • מרבה חיים - מועדים: שמועסן אויף די ימים טובים, רבי ישראל ברים (ארויסגעבער), ירושלים, תשס"ו, צוויי בענדער
  • מרבה חיים על הש"ס: חלק א', זרעים-מועד, רבי ישראל ברים (ארויסגעבער), ירושלים, תש"ע

זיין פאמיליע

זיין ברודער איז געווען רבי יהושע העשיל ברים, ראש ישיבת תפארת ישראל - רוז'ין. נאך א ברודער איז געווען רבי משה ברים, דער פאטער פון רבי יהושע העשיל ברים, ראש ישיבת בוהוש. זיינע קינדער זענען:

זיינע תלמידים

ליינט מער

  • ישראל ברים, שנות חיים: תולדות חייו של הגה"צ רבי אברהם חיים ברים זצוק"ל, ירושלים, תשס"ח (צוויי בענדער)
  • מפעל מעיינות החסידות, ראש הישיבה רבי חיים, אין "אורות" אויסגאבע, נומער 146, שיכון סקווירא, צו-שמיני תשפ"ב

דרויסנדע לינקען

רעפערענצן

  1. רבי מרדכי דוד איז געווען אן אפשטאמיגער פון א גאליציאנער משפחה פון צאנזער חסידים, גערופן אויפן נאמען פונעם שטאם-פאטער, רבי יצחק מאיר קלאגסברוין (ברי"מ: ב'ני ר'בי י'צחק מ'רדכי), וועלכער איז ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל מיט זיין גאנצער משפחה און געווען געצוואונגען זיך צוריקצוקערן קיין חוץ לארץ צוליב פינאנציעלע שוועריקייטן. זיין פאטער, רבי דוד קלאגסברוין, ליגט אויפן הר הזיתים

  2. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

    ליידיגע פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    יוסף מאיר האס, המבשר תורני, 0188 (מטות מסעי)

  3. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

    ליידיגע פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    רבי משה מנחם טויבנפעלד, בפקודיך אשיחה, חלק א', זייט נ"ח-נ"ט
  4. הרב סוכות אין ויזניץ 1 ח"ב, ניגון רבי חיים ברים, שיעור צו הערן אויף "קול הלשון" אָודיאָו
  5. זון פון זיין זון רבי מרדכי
  6. זיין זון, רבי יעקב לייב גאלדמאן איז אן איידעם ביי רבי מרדכי
  7. זיין זון, רבי אהרן שמואל לעמבערגער, איז אן איידעם ביי רבי מרדכי

  8. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

    ליידיגע פאראמעטער [ 6 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    שומר שבת - א און
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

    ליידיגע פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    שומר שבת - ב

  9. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    רבי יוסף ישראל אייזנבערגער, שו"ת שבטי ישראל, חלק א', אין הקדמה
  10. זון פון רבי יהושע העשיל
טיילן פון דער ארטיקל זענען מעגליך איבערגעזעצט פון העברעאישער וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבענישאריגינעלער בלאטביישטייערער