רבי מרדכי דוד אונגער (דאמבראווא)
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אישיות רבנית
ליידיגע פאראמעטער [ חתימה, מקום פטירה, צאצאים ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
פאראמעטער [ מקום לידה ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
געבורט | ה'תק"ל | ||||
---|---|---|---|---|---|
פטירה | ז' בשבט ה'תר"ג | ||||
וואוין אָרט | דאמבראווא, לובלין, ליזענסק, קאזשניץ | ||||
טעטיגקייט אָרט | דאמבראווא | ||||
|
רבי מרדכי דוד אונגער (ארום ה'תק"ל – ז' שבט ה'תר"ג) איז געווען א תלמיד פונעם "חוזה" פון לובלין און רב אין דאמבראווא, פאטער פון דאמבראווער דינאסטיע.
ביאגראפיע
רבי מרדכי דוד איז געבוירן בערך אין תק"ל אין דאָמבראָווא, גאליציע, צו רבי צבי הירש[1][2] און מושקיט. רבי צבי הירש פלעגט פארן צו צדיקים, ספעציעל צום אפטער רב, און איז נאך אויך געפארן צו רבי אלימלך פון ליזענסק, און שפעטער צום "חוזה" פון לובלין.
אין זיינע יונגע יארן, האט רבי מרדכי דוד געלערנט אין דער ישיבה פונעם קאָזשניצער מגיד[3]. ער האט חתונה געהאט מיט חיה שרה[4], טאכטער פון א גביר אין טשמעלאוו (ענ'), און נאך דער חתונה איז ער באקאנט געווארן אלס גאון בתורה[5]. נאכן הסתלקות פונעם לעמבערגער רב, רבי יעקב אורנשטיין, דער "ישועות יעקב", האבן די טובי העיר געוואלט אויפנעמען רבי מרדכי דוד אלס לעמבערגער רב, נאר למעשה איז עס נישט צושטאנד געקומען[6].
אלס יונגערמאן איז רבי מרדכי דוד געפארן בקביעות צום חוזה פון לובלין און געווען ביי אים "בעל תוקע", ווען דער חוזה דינט אלס "בעל מקריא"[7]. אין לובלין איז ער אויך נאנט געווארן מיט רבי אשר ישעיה ראָפּשיצער[8] און מיטן "אריה דבי עילאי". אין די שפעטערע יארן, פלעגט ער יערליך פארן קיין ראפשיץ צו רבי אשר'ל און אויך קיין ווישניצא צום אריה דבי עילאי[9].
וועלנדיג נהנה זיין פון יגיע כפו, האט ער אנגעהויבן האנדלען מיט וויין, ווי זיינע עלטערן, און דער משפחה נאמען "אונגער" האט זיך גענומען צוליב זיינע שטענדיגע נסיעות קיין אונגארן צו ברענגען פון דארט גוטע וויין. אבער כאטש ער האט געהאט הצלחה אין מסחר און געוואלט אנהאלטן דעם וועג, האט ער געטוישט זיין מיינונג, נאך וואס זיין רבי דער לובלינער האט אים געזאגט אז פון הימל וויל מען ער זאל פירן אידן. בערך אין תקע"ה האט ער אנגעהויבן פראווען חסידים אין דער מתנגד'ישע שטאט דאָמבראָווא, און שנעל געווארן מפורסם אלס איש קדוש און חסידים ואנשי מעשה האבן אנגעהויבן שטראמען צו אים. ער האט משפיע געווען קדושה וטהרה, מקרב געווען אידישע הערצער צום אויבערשטן, און גע'פועל'ט פאר אידן ישועות און רפואות.
אין דאָמבראָווא האט רבי מרדכי דוד געגרינדעט אן אייגן חסידיש בית המדרש פאר חסידים וואס זאלן זיך פירן על פי הוראתו, און ער האט אליין אנגעפירט מיטן בויען דאס בית מדרש. ער האט דארט איינגעפירט צו דאווענען נוסח ספרד, און ער האט געהאט רדיפות דערוועגן, ווי די מתנגדים האבן אריינגעווארפן גרויסע באלקענעס אין שטוב אים צו שטערן, אבער פונדעסטוועגן האט ער נישט אפגעלאזט דאס חסידיש ביהמ"ד.
ז' שבט תר"ג איז רבי מאטעלע דאמבראווער נסתלק געווארן. בחייו האט ער זיך געפירט אז ווען ער איז ארויס אויפ'ן בית החיים אין שטאט, האט ער זיך אפגעשטעלט אויף א געוויסן ארט און זיך דארט געזוימט. האבן די מקורבים פארשטאנען אז ער וויל ליגן אויף יענעם ארט נאך זיין פטירה, און זיי האבן אים טאקע דארט געלייגט למנוחה.
רבי מאָטעלע האט אנגעזאגט אין זיין צוואה מ'זאל נישט שרייבן אויף זיין מציבה צופיל טיטלען, נאר "הרב החריף המכיר ערכו", און אז מ'זאל קיינען נישט לייגן נעבן אים נאר זיינע קינדער און מ'זאל מיטלייגן זיינע כתבים. מ'האט שפעטער געלייגט זיין זון רבי יוסף נעבן אים. ביז דער קריג איז געשטאנען אן אוהל אויף די קברים, וואס די דייטשן האבן חרוב געמאכט ביים קריג צוזאמען מיטן גאנצן בית החיים. אין תשנ"א האט מענדל רייכבערג, נאך לאנג זוכן, געפונען דאס ארט וואו עס איז געשטאנען, און אויפגעבויט א נייעם אוהל און געשטעלט נייע מציבות.
פאמיליע
רבי מרדכי דוד האט איבערגעלאזט עטליכע קינדער צדיקים:
- רבי יוסעלע דאָמבראָווער, געבוירן לערך אין תק"ס און אין תקע"ה חתונה געהאט מיט גיטל טאכטער פון רבי משה אליקים בריעה פון קאזניץ דער 'באר משה', זון פון קאזניצער מגיד און איידעם ביי רבי אלעזר פון ליזענסק. רבי יוסעלע איז געווען רב אין קאזניץ העכער צוואנציג יאר, און אין תר"ג, נאך דעם טאטנ'ס פטירה, איז ער געווארן ממלא מקומו מיט'ן אדמו"רות אין דאמבראווא, ביז זיין הסתלקות ב' חשון תרכ"ז ביי די 67, און מ'האט אים געלייגט נעבן טאטן.
- רבי מנחם מענדיל פון סטאַבניץ, איידעם פון רבי ישראל פון סטאַשוב בן רבי מאיר'ל פון אַפּטא בעל 'אור לשמים'. ער איז געווען א מחותן מיט דער שר שלום פון בעלזא.
- רבי אברהם אלחנן, רב אין קוויף און אַפּאַטשנא, און שפעטער רבי אין קאַלאָשין. חתונה געהאט צוויי מאל, איינמאל איז ער געווען איידעם ביי רבי קלומינוס קלמן הורוויץ פון פּאַרטשיק, זון פון רבי יוסעלע פון טורטשין בן הרה"ק מלובלין, און אן אנדערס מאל ביי רבי חיים מאיר יחיאל פון מאָגלניצא, איידעם פון רבי אלעזר פון ליזענסק, און זון פון רבי אבי-עזרי זעליג פון גרעניץ איידעם פון קאזניצער מגיד. רבי אברהם אלחנן האט ארויסגעגעבן דעם ספר 'עבודת ישראל' פון זיין זיידן דער קאזניצער מגיד, און איז נסתלק געווארן ד' טבת תרמ"ג.
- רבי משה'לע אונגער, געבוירן בערך תק"פ און חתונה געהאט מיט מרים עלטסטע טאכטער פון צאנזער רב דער דברי חיים. ער איז נאך זיין חתונה געבליבן וואוינען ארום פערציג יאר אין צאנז און געגעסן קעסט ביים שווער. אויף זיין מציבה שטייט "חתן הרה"צ הגאון רבי חיים אבד"ק צאנז ז"ל והסתופף בצלו ערך ארבעים שנה". אויף דער עלטער איז רבי משה'לע געפארן קיין ארץ ישראל און דארט נפטר געווארן ח"י תשרי תרנ"ח, ומנו"כ אין צפת.
- רבי יחיאל צבי הירש פון טאָרנא, געבוירן בערך אין תק"ע, איידעם פון רבי שמשון פון זוואָלין. ער האט געדינט אלס רבי פאר חסידים און טאָרנא, ער איז פאראן פון אים אן הסכמה אויפ'ן ספר 'טהור רעיונים' על ש"ס. ער איז נסתלק געווארן הושענא רבא תרמ"ד. זיין טאכטער רעכיל דבורה איז געווען די רביצין פון צאנזער רב בזיווג שלישי, און אויף רבי יחיאל צבי'ס מציבה שטייט "חותן הקדוש מסאנץ".
- רבי נפתלי פון זשאבנא, איידעם פון רבי יעקב פון מעליץ בן רבי נפתלי צבי פון ראָפּשיץ בעל 'זרע קודש'. ער האט נישט איבערגעלאזט קינדער.
- די איינציגע טאכטער מלכה, געבוירן לערך תקע"ב-ע"ג, חתונה געהאט צו רבי מנחם צבי פון דראָהביטש, זון פון רבי אלעזר ניסן מדראהביטש, בן רבי משה פון אוהעל דער ישמח משה. צוליב א סיבה ווערט רבי מנחם צבי גערופן מיט'ן נאמען "רבי נחום הערש", אבער פון זיין חתימת יד וואס איז געבליבן אויף פארשידענע ספרים זעט מען אז ער האט געהייסן מנחם צבי. רבי מנחם הערש פלעגט זיך נישט לייגן שלאפן איידער ער האט אויסגערעכנט יעדן חטא כביכול וואס ער האט געטון יענעם טאג.[10] ער איז נפטר געווארן אין דראהביטש ט' חשון תרמ"ז, זייענדיג 66, ושם מנו"כ.
מער ליינען
- רבי נחום מאיר גערמאן, נאמנו מא"ד, דברי תורה און תשובות, ברוקלין תשס"ו, און צום סוף אן אפטיילונג 'מדרכ"י אמונה', תולדות פון רבי מרדכי דוד
- "רבי מרדכי דוד אונגער מדאמבראווא זצ"ל ומשפחתו" אויף אייוועלט
רעפערענצן
- ↑ אין זיין הסכמה אויפן ספר "עבודת ישראל" על התורה, ערשינען דורך זיין זון רבי אברהם אלחנן, שרייבט ער זיך אונטער: "הק' מרדכי דוד בהרב הצדיק מו' צבי הירש נבג"מ זצוק"ל מדאמבראווא".
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
ליידיגע פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע די הסכמה, עבודת ישראל. - ↑ געווען אן אייניקל פון רבי נפתלי כ"ץ דער "סמיכת חכמים", מהר"ל מפּראָג, רש"י, רא"ש און רב האי גאון, וועלכער האט געצויגן זיין יחוס ביז צו דוד המלך
- ↑ אין זיין אויבנדערמאנטער הסכמה אויפן ספר "עבודת ישראל" פונעם קאזשניצער מגיד, שילדערט ער די תקופה וואס ער האט געלערנט אין קאזשניץ, ווי מ'האט דארט געלערנט מסכת קידושין, און דער קאזשניצער מגיד האט מפלפל געווען אין גמרא בעיון און אין דער זעלבער צייט מייחד געווען יחודים. אויך שרייבט ער דארט אז אלע גדולי וחסידי הדור זענען תלמידים, אדער תלמידי תלמידים, פונעם קאזשניצער מגיד.
- ↑ אין אנדערע מקורות מוסטער:דרוש מקור מלא טרעפט מען אז זיין רביצין האט געהייסן שיינדל.
- ↑ ווי מ'זעט אין די בריוו-אויסטוישן מיט אים אין די ספרי שאלות ותשובות, זע צב"ש עטליכע בריוו אין שו"ת "שובע שמחות" פון רבי מנחם מענדל לעזער פון סטריזוב.
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע שובע שמחות, חלק ב'. - ↑ קונטרס מדרכ"י דוד, זייט ד', אין נאמען פון רבי אהרן טייטלבוים פון טשענסקאָוויץ, אייניקל פון רבי מרדכי דוד.
- ↑ מוסטער:דרוש מקור מלא אין נאמען פונעם וואוידיסלאווער רב, רבי ישכר בער ראטנבערג. דער שופר מיט וועלכן רבי מרדכי דוד האט געבלאזן אין לובלין, איז געבליבן בירושה ביי די אייניקלעך פון רבי מרדכי דוד.
- ↑ אין "אור ישע" זענען געדרוקט צוויי בריוו פון רבי אשר'ל ראפשיצער, אין וועלכע ער באצייכנט רבי מרדכי דוד "ידיד נפשי".
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
ליידיגע פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע אור ישע, דף ט"ז עמוד ב'. - ↑ געווענליך, אין די עשרת ימי תשובה; און דער אריה דבי עילאי פלעגט אויך צוריקפארן צו אים אינמיטן יאר.
- ↑ צדיק כתמר יפרח עמ' ח
קאטעגאריע:אדמורי"ם קאטעגאריע:גאליציאנער רבנים קאטעגאריע:פוילישע רבנים